Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 44

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 44 (sequence 54)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--122-9581407
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אטעם פון דער געשיכטע׳ װאס דארף איבעראנדערשן אלץ׳ באנײען די מענטשהײט פון קאפ ביז די פיסס• ״איך פארמשפט ניט די קולטור - לייענען מיר בא אים - איך זאג נאר עדות: מיר איז ענג און דומפיג אין איר• איך בין מיד געװארן צו טראגן דעם אלטן שװערן יאך? פון אונטער דער לאסט פון קענטענישן און געװײנהײטן איז אויפ־ געגאנגען דער בראשית׳דיגער גײסט אין מיר׳ פון אינעװײניג איז געװארן קלאר און שטארק אין מיר א רײנער׳ א פשוטער געפיל׳ װאס איז פונקט אזוי אומאפפרעגליך׳ װי דער געפיל פון הונגער אדער פון װײטאג״2)• ״איך װײס צו פיל - זאגט ער װײטער - און די דאזיגע משא דריקט אויף מיר• צו מײנע קענטענישן בין איך דערגאנגען ניט אין א לעבעדיגער ערפארונג ן זײ זײנען אלגעמײן און פרעמד׳ זײ שטאמען פון זײדעם און עלטער־ זײדעסן מיט דער פארפירערישקײט פון לאגישע באװײזן זײנען זײ ארײנגעדרונגען אין מײן פארשטאנד און האבן אים אנגעפילט ן און דערפאר טאקע׳ װאס זײ זײנען אלגעמײן און איבערפערזענליך־באװיזן׳ װערט דורך זײער אומאפפרעגלעכ־ קײט מײן נשמה פארגלױוערט• אומצײליגע קענטענישן׳ װי מיליאנען אומצערײסלעכע פעדים׳ האבן מיר ארומגעװיקלט - אלע אן א פרצוף און אן אפפרעגונג׳ - אלע אונפארמײדליך ביז צום גרויל״3)• גערשענזאן איז זיך אלזא מודה׳ אז ער האט זיך גענארט אין זײנע פריערדיגע זוכענישן׳ אז דאס קען אים װײטער מער ניט באפרידיגן׳ ניט בארואיגן• פאר אים איז קלאר געװארן׳ אז אלץ׳ װאס ער האט פריער מיט אזוי פיל מי און ליבע ארויסגעגראבן און װאו ער האט געהאפט צו געפינען ״קװאלן פון דערקװיקנדיגן װאםער״׳ איז ניט מער װי א נעץ פון טרוקענע דאגמאטיש ־ פילאזאפישע ספעקולאציעס׳ װעלכע הרגענען אװעק דעם גײםט׳ יעדן פרישן געפיל אין מענטשן׳ און זײנען ניט בכוח צו דערנענטערן אים צו דעם אמתן׳ לע־ בעדיגן גאט• דאס ברענגט גערשענזאן דערצו׳ אז ער הײבט אן צו צװײפלען אין דער גאנצער הײנטװעלטיגער קולטור׳ זיך אפ־ צוזאגן פוץ ״אלע שכלדיקע דערגרײכונגען פון דער מענשהײט״ס, און זוכט נײע װעגן װי אזוי צו שטילן זײן גײסטיגן דארשט• ״מיר דוכט זיך׳ - לײענען מיר בא אים אין אן אנדער ארטס: - װאס פאר א גליק װאלט דאס געװען׳ זיך א װארף צו טאן אין דער ל ע ט א (טײך פון פארגעסן)׳ כדי עס זאל זיך אפװאשן פון דער נשמה יעדער זכר װעגען רעליגיעם און פילאזאפישע סיסטעמען׳ װעגן װיסנשאפטן׳ קונסטן אין פא־ עזיע׳ און ארויסשװימן אויפן אנדערן ברעג׳ װי אדם הראשוץ׳ נאקעט׳ לײכט אוץ פרײדיג׳ אויםשפרײטנדיג צום הימעל די אנטבלויזטע הענט און געדענקענדיג פון דער פארגאנגענהײט נאר אײן זאך: װי שװער און דערשטיקנדיג עס איז געװען אין די אלטע קליידער׳ און װי לייכט עס איז אן זיי״• דעם אויבן געשילדערטן נשמה־צושטאנד פון גערשענ־ זאנען דארף מען ניט צונויפמישן מיט יענע ״אפזאגן פון <) זײן סאציאלן געדאנק אנטװיקעלט גערשעזאן אין דעם אכטן בריװ׳ זײט 43-41• *) פערטער בריװ׳ זייט 16• 8) זייט 16—17• 4) זייט 11• 5) דארטן־גופא• דרך׳ס און װעגװײזער פאר די בלאנדזשעדיגע גײסטער פון אונזער אײגענער צײט• אײראפא האט ער ליב געהאט מיט זײן גאנצן הארצן׳ מיט דעם גאנצן ישות זײנעם• ער האט הויך געשעצט איר פילאזאפיע׳ איר װיסנשאפט׳ אירע מאנו־ מענטאלע װערקע׳ - סײ אין דער קונסט און סײ אין דעם סאציאלן און פאליטישן אויפבוי פון דער געזעלשאפט• די בענקענדיגע׳ ליריש־געשטימטע סלאװישע סטיכיע - אין פאר־ בינדונג מיט דער מערבדיגער טעכנישער שאפונג - האט געדארפט געבן׳ לויט זײן איבערצײגונג׳ דעם ריכטיגן טיפ־ קולטור׳ װאם די הײנטיגע צעריסענע און צעשפאלטענע מענטשהײט נײטיגט זיך אזױ אין איר• אזוי איז דאס געגאנגען ביז צו דער װעלט־מלחמה׳ ביז צו דער רוסישער רעװאלוציע• ביז דאן האט מען זיך געקאנט שפילן אין קולטורעלע ״סינטעזך׳ אויפשטעלן אלערלײ םכעמעס׳בויען לופט־שלעסער׳ פארבינדן׳ פאראײניגן׳ זוכן אן אויםגלײך• מען האט דאס רוהיג געקאנט טאן דערפאר׳ װײל עס האט געפעלט דער לעבעדיגער ״קאנטראל״ פון דער געשיכטע׳ װײל יעדער איז געװען פרײ אין זײנע סוביעקטױוע זוכענישן׳ אין די ענטפערן אויף די פראגן׳ װאס ער האט זיך געשטעלט• נאר עס האט א דונער געטאן די גרויסע רעװאלוציע׳ ״די גרונדפעסטן פון דער ערד זײנען אויפגעטרײםלט געװארך׳ און פאר א סך מענטשן׳ אפילו פאר רײן טעארעטיש דענקענ־ דיגע׳ - איז געװארן אונמעגליך צו שפינען װײטער דאס אלטע שפינװעבס פון זײערע חלומות׳ װי זײ זײנען געװײנט געװען צו טאן ביז אהער.... א קורצע צײט נאך דער רעװאלוציע באגעגענען זיך גער־ שענזאן און זײן פרײנד װיאטשעסלאוו איוואנאוו אלס נאענטע שכנים(זײ פארנעמען צױי ״װינקלען״ אין דעם זעלבן חדר) אין דער סאנאטאריע ״פאר די טוער פון ליטעראטור און װיסענשאפט״ אין מאסקװע׳ װאו יעדערער ״פון זײן װינקעל אויס״ טײלט זיך מיט זײן חבר מיט די איבערלעבונגען׳ װאס ער האט פאר דער צײט געהאט. אט א די געדאנקען און שטימונגען - אין פארם פון ״ברױו״ - בילדן פאר אונז זײער א אינטערעסאנטן ״מענטשליכן דאקומענט״׳ װאס לאזן אונז טיפער ארײנבליקן אין דער נשמה פון צװײ זײער נאענטע דענקער און דאך - פון אזא פארשײדענעם שטײגער. דער קריסט׳ ד ע ר ה י י ד ׳ דער עסטעט - װ• אױואנאװ - האלט נאך אלץ אין יראה - איצט אזוי װי פריער - די געצן׳ פאר װעלכע ער האט זיך תמיד געבוקט• ער פארטיידיגט די מענטשליכע קולטור אין איר גאנצקײט׳מיט אלע אירע פאר־ צװייגונגען ן ער נעמט אן דעם גאנצן׳ ״סבל הירושה״׳ מיט װעלכן מיר זײנען באלאסטעט און׳ ״גאטספארכטיג רויכערט ער װײרויך אויף דעם מזבח פון ״זכרון״ - דער מוטער פון די מוזען״ס• אבער גערשענזאן ד ע ר י י ד - קען ניט בלײבן רוהיג אין א רײנער׳ אביעקטױוער אנשויאונג׳ ווי אמאל• אין די גרויסע געשעענישן פון אונזער צייט האט ער דערפילט דעם י) ב>וס11ת6<)סדז, זייט 25—26•

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.