Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 42

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 42 (sequence 52)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--120-9581405
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

איטליכער שורהן דער אדער יענער אופן פון דעם באבוצן זיך מיט איהר זאגט תיכף א קלארע עדות הן פון דער מדרגה פון זײן קינצלערישער פײבקײט״ הן פון דער מדרגה פון זײן איבטעלעקטועלער אנטװיקלונג׳ און קאן אחוץ דעם אפטמאל משפיע זײן צום גוטן אדער צום בײזן אויך אויף דעם גורל פון דער ליטעראטור. דער מחבר פון די ״פוילישע װעלדער״ פארמאגט א רײכן און זאפטיגן ײדיש״ װעלכער דערהויבט זיך אין אנדרע ער־ טער צו א גרויסער קינצלערישר הויך• און פונדעסטװעגן איז אפילו אזא פײנער קינצלער װי אונזער מחבר לגמרי נישט פרײ פון דער אײביגער צרה פון אלע הײנטיגע ײדישע שרײבער. דער מוראדיגער נישט־אפגעהיטקײט בנוגע צום שפראכליכן געצײג״ מיט װעלכן זײ ארבעטן. װאס פאר א שרעקליכע אפגעלאזנקײט מצד פון אונזער מחבר בנוגע צו די פשוטסטע אויסדריקן און פארמעך אנ׳אפגעלאזנקײט. װעל־ כע דערגײט אפטמאל ממש ביז צו פולקאמע הפקרות \ קודם כל באנוצט ער זיך מיט א שלל פון דײטשמערישע אויסדריקן אהן קײן שום נויטיגקײט/און עס איז בײ אונז קײן שום ספק נישטא אין דערײך אז ער װאלט זעהר גוט געקאנט אויסקו- מען אהן זײ. דער מחבר שרײבט: קלימפערך פעאיג. באהאנדעלט. געערגערט. אויסנאם. געוויס־ פערט. ערפאלגריין/ רונז/ באגאנגעך פילייכט. געמינצט. בוכשטאבך הויזן (לעבן בשלום). און אנדערע לחלוטין דײטשישע אויסדרוקן געשריבן מיט די אותױת פונ׳ם ײדישן אלף־בית• אויב מען מעג זיך בא־ נוצען מיט אזוינע דורך און דורך דײטשישע װערטער װי קלימפערן״ געװיספערט״ געמינצט״ געערגערט״ פילײכט״ ערפאלגרײך און הויזן״ טא פאר װאס זאל מען שוין אין גאנצן נישט שרײבן קײן דײטש? אבער דאס דײטש־ מעריש איז שוין אנ׳אלטע קרענק״ פון װעלכער עס איז זעהר שװער זיך אויסצוהײלן אין גאנצן * עס דײטשלען זיך ס׳רוב אזוינע שרײבער״ װעלכע זײנען לא־עלינו גרויסע עמי־הארצים אין דעם פרט פון דער דײטשישער שפראך און דער דײטשי־ שער ליטעראטור. עם שטעקט נאך אין דערײן א שטיק פון דער אלטער קלײנשטעטילשער בטלנות• ערגער װי דאס דײטשמעריש איז בײ אונזער מחבר זײן משונהדיגע באציהונג צו דער ײדישער גראמאטיק. פראסטע מענשן פלעגן אפטמאל טענה׳ן״ אז ײדיש איז נישט קײן שפראך״ װײל זי האט נישט קײן גראמאטיק. געמײנט האבן זײ״ פארשטײט זיך״ א גע־ ש ר י ב ע נ ע גראמאטיק״ נישט װיסנדיג״ אז א שפראך אהן גראמאטיק איז ניט בנמצא״ װי עס איז ניט בנמצא אנ׳־ ארגאניזם אהן אפארם. לײענענדיג אבער אונזערן מחבר קאןמען טאקע אין דער אמת׳ן מײנען״ אז ײדיש האט נישט קײן גראמאטיקז דער מחבר שרײבט: דאס געזאנג״ דאס חדר״ דאסחםידות אנשטאט דער געזאנג״ דער חדר און די חסידות• מען זעהט באשײמפערלאך״ אז דער מחבר באנוצט דעם ארטיקל אהן א שום שטה אמאל אזוי און אמאל אװי/ װי עם פארװילט זיך אים, אזוי װי ײדיש װאלט גאר נישט געהאט קיין באשטימטע כללים אין דעם דאזיגן פרט• דער מחבר שרײבט אין אנ׳ארט פון זײן בוך (ז• 260): ״צו ס׳זאל אלץ האבן גױוען א חלום?״ אנשטאט צו שרײבן ״צו ס׳זאל סביבות״ אין װעלכע דער העלד פון זײן ראמאן פאלט ארײן. מיר האבן שוין דערמאנט װעגן דעם״ אז די געמאלטע גע־ שטאלטן און באשריבענע פאסירונגען האבן זיך דעם מחבר ם׳רוב גוט אײנגעגעבן. פריש און לעבעדיג זײנען די בילדער פון די חסידים״ װעלכע פארן צום רבי׳ן״ בולט און קלאר איז דאס בילד פון דעם צדיק׳ס הויף מיט דעם גאנצן נעץ פון אינטריגעס״ װעלכער װערט גױועבט ארום איהם. אבער דאס אלײן װאלט אפשר נאך ניט געװען אזא גרויסע קינצלערישע מעלה. די געשטאלטן פון דעם אלטן פארצײטיגן דור - דאס איז א ברײט אויסגעטראטענער װעג״ אויף װעלכן עס לאזט זיך גײן אהן שום מניעות. אבער דער מחבר האט אויפגעכאפט מיט א פײנעם חוש דעם באװעגונגס־ריטם פון יענע צײטן אין זײן גאנצער לעבעדיגקײט און פרישקײט און האט אונז געלאזט פילן דעם דופק־קלאפן פון א גרויסן און אינטערע־ סאנטן דור - און דאס איז א קינצלערישע מעלה״ װעלכע מען טרעפט נישט אזוי אפט״ בפרט אין אונזער צײט• און אחוץ דעם אלטן פארצײטיגן דור מיט זײן שארף ארומגע־ גרעניצטן פרצוף און זײנעם פון קדמונים אן פארגלױוערטן לעבנס־נוםח לעבט דא נאך א ױנגערער״ זוכנדיגער און גא־ רנדיגער דור״ װאס הגם ער אלײן געהערט שוין אויך דעבמ װײטן עבר״ איז דאך זײן גײסטיגער פרצוף עד הױם געבליבן אביסל מטושטש. צום דאזיגן ױנגערן דור געהערט דער העלד פונ׳ם ראמאן גופא און א גאנצע שורה פון זײנע חברים און גוטע פרײנט. איבערצוגיבן די איבערלעבענישן פון אטדעם דאזיגן ױנגערן דור מיט דעם נויטיגן קינצלערישן אמת איז גאר נישט קײן גרינגע אויפגאבע. דער מחבר איז אויך דא ארויס בשלום• די ערשטע ספקות בא דעם בתמימותדיגן מרדכי״ די אנשטעלן און די פאלשע גענג פון זײן איבערגעשפיצטן חבר שמואל״ דאס פארכאפט װערן פון פויליש־פאטריאטישע שטימונגען בא דער אפגעפאלענער ײדישער אינטעליגענץ - דאס אלץ װערט איבערגעגיבן מיט דעם חוש פון אנ׳אמת׳ן דיכטער• אז מען רעדט פון א ײדישן מחבר מוז מען זיך באזונדער אפשטעלן אויף זײן שפראך״ װארום די שפראך איז אײנע פון די אנגעװײטיגסטע ערטער אין דער ײדישער ליטערא־ טור• דער ענין פון דער שפראך שפילט אין דער ײדישער ליטעראטור אהן אנ׳ערך א גרעסערע און חשובערע ראלע אײ־ דער אין אלע אנדרע ליטעראטורן פון א געװיםן קולטורעלן באטײט. אין אלע אנדרע ליטעראטורן פון א געװיסן קולטו־ רעלן באטייט פארמאגט די שפראך אזוי פעסט אײנגעפונדע־ װעטע און אזא שפע פון כלערלײ בא אלעמען אנגענומענע אויסדריקן״ אז פון דעם אדער יענעם אויפן װי דער יחיד באנוצט זיך מיט איר איז נאך גאר נישט ניכר״ אויף װאס פאר א קינצלערישער און אינטעלעקטועלער מדרגה דער דא־ זיגער יחיד געפינט זיך* און א חוץ דעם קאן ד ע ר אדער יענער אופן פון דעם באנוצן זיך דא צו קײן שום סכנה נישט ברענגען. די ײדישע שפראך געפינט זיך אבער לעת עתה אין אזא מצב פון אינעװײניגסטער אומזיכערקײט״ װאס גרעניצט כמעט מיט אג׳אינעװײניגסטער דעזארגאניזאציע״ אז זי גיט דעם יחיד די פולע מעגליכקײט ארויסצװוײזן זײן קינצלערישן חוש און זײן גײסטיגע אנטװיקלונג כמעט אין

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.