Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 41

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 41 (sequence 51)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--119-9581404
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

טײכן- װעלכע קײקלען בהרחבותדיג זײערע שפיגעל־גלאטע װאסערן. דער מחבר צעשטערט דורך זײנע באשרײבונגען די אײנגעװארצעלטע מײנונג״ אז דאס פארצײטיגע ײדענטום איז תמיד גױוען פארשפארט צװישן די ענגע גראטעס פונ׳ם געטא און זיך תמיד געװאלגערט אין דער בלאטע פון די געטא־ געסלאךז ער װײזט אונז אין זײנע באשרײבונגען דעם ײדישן לעבנס־שטײגער״ װי ער איז ענג צונויפגױואקסען מיט דער ארומיגער נאטור׳ מיט די פעלדער און װעלדער״ מיט די לאנקעס און טײך־ברעגעך ער װײזט אונז װי די ײדישע רעליגיעזע מיסטיק שפראצט ארויס אויף א נאטירלכן אופן פון דעם פרוכפארן און בליהענדיגען ערד־שויס״ און װי ער טראגטאין זיך תמיד די נטיה זיך װידער צו פארײניגען מיט איד״ם״ און מיר זעהען״ װי די דאזיגע רעליגיעזע מיסטיק װערט דער פאר־ אײדעלטער אויסדרוק פון דער ארומיגער נאטור אין א םימ־ באלישער פארם• זעהר אינטערעסאנט זײנען אויך די באציהונגען צום פוילישן ײדענטום מצד דער נישט־ײדישער סביבה לויט דעם װי זײ שפיגלען זיך אפ אין די באשרײבונגען פונ׳ם מחבר♦ צװישן דעם פוילישן ײדענטום און דער קריסטליך־ קאטוילישער סביבה זעהען מיר לחלוטין נישט יענע סימנים פון אכזרױתדיגער שנאה״ װעלכע זײנען אונז ײדן אזוי גוט באקאנט אין דער הײנטיגער צײט. פאר דעם פריץ אזוי גוט װי פאר דעם פויער איז דער ײד לחלוטין נישט א פרעמדע און שעדליכע בריה״ װעלכע מען דארף עוקר מן השרש זײן״ נאר מעהר נישט װי אנ׳אנדער סארט מענש״ װעלכער פאסט אגב זעהר גוט ארײן אין דעם גאנצן סדר פון דער מדינה. מיר זעהען דא אויך נישט קײן סימנים פון דערשלאגענקײט און שפלות מצד דעם ײדן בנוגע צום נישט־ײדן. פארקערט - דער פוילישער װאלד־שומר פילט זיך זעהר געהויבן דורכדעם״ װאס דער רענדאר פארפירט מיט איהם א שמועסז דער פוילישער פויער״ װעלכער לאזט ארײן צו זיך אין שטוב איבערנעכטיגן מרדכ׳ך דעם העלד פונ׳ם ראמאן און דעם זון פון דעם דאזיגן״ רענדאר״ װערט אויםר זיך פון התפעלות בעת ער װערט גױואר״ אז דער אומבאקאנטער אורח״ װעמען ער האט ארײנגעלאזן נעכטיגן איז דער זון פון דעם ״פאן שרײבער״ אלײן ז און נאך אנדערע סצענקעס פון דעם אײגענעם מין. דער דאזיגער מרדכי שטײט אין דעם סאמען מיטלפונקט פון דעם גאנצן ראמאן און ארום איהם גרופירן זיך דאס די פארשײדענע פאסירונגען״ פון װעלכע עם װערט דא גירעדט. דאס איז א בעל־הבתיש ױנגל״ װעלכער װערט פון זײן פא־ טער״ דעם רײכען רענדאר ר׳ אברהם״ דערצויגן לויט דעבמ אלטן ײדישן נוסח״ אבער נישט אין דער פארשטיקטער אט־ מאספערע פונ׳ם אלטן חדר״ נאר אין דער פרײער לופט פון די ליפאװצער װעלדער• דער מחבר באנוצט זיך מיט דענמ פשוט׳ן״ פון לאנג אן באװארנטן מיטעל פון די עלטערע רא־ מאן שרײבער״ װען זײ װילן געבן דעם לײענער א בילד פון זײער דור: ער לאזט זײן העלד מאכן א נסיעה איבער דער װעלטז צוליב א סכסוך״ װאס האט זיך געטראפן צװישן מרדכ׳ן און זײן פאטער איבער א נישט געװאונשענעם שדוף שיקט אים דער דאזיגער אװעק אין דער פרעמד״ צום קאצקער צדיק״ אין דער באלײטונג פון זײן רבי׳ן ר׳ איטשע דער מקובל. און דאס גיט דעם מחבר די שעת הכשר אויסצומאלן מיט א ברײטן פענזל און אין לעבעדיגע פארבן די פארשײדענע טעאטר״ די אמעריקאניש־ײדישע ליטעראטור בכלל אסך שװאכער הן לויט איר תוך אין הן לויט איהר פארם אײדער די נישט־ײדישע״ בירגערליכע״ ליטעראטור׳ און דער אמעריקאניש ־ ײדישער בלאף קאמישער אײדער דער נישט יידישער ״בירגערליכער״ בלאף. דא איז נישט דער ארט אויסצופארשן באריכות די סבות׳ װעלכע האבן געפירט צו אזא מין טרויריגע דערשײנונג• אפשר איז דאס דערפאר״ װאס די אינטעליגענטערע עלעמענטן פונ׳ם יידישן עולם אין אמעריקא גײען ביסלעכװײז אװעק און אסימילירן זיך מיט דער אמעריקאניש־קריסטליכער באפעלקערונג: און אפשר זענען דא פאראן אויך אנדערע םבות• אבער אזוי צו אזוי - דער פאקטבלײבט א פאקט: דער יידיש־פראלע־ טארישער קיבוץ אין אמעריקע האט פאר דער גאנצער צייט פון זיין בערך לאנגן קיום נישט נאר נישט באוויזן צו אנטװיקלען אנ׳אייגענע גייסטיגע קולטור פון וועלכען נישט איז אלגעמיין־מענשליכען באטייט״ נאר האט אריבערגענומען אין זיך דוקא נישט די בעסטע מדות און גיינג פון דער ארומיגער נישט יידישער ״בירגערליכער״ קולטור. אפאטאשו פירט אונז אװעק אין די צײטן פאר דעם פוילישן בונט פון דעם יאר 1860. אנ׳ערך ארום די 60-40 גער יארן פון דעם פארגאנגענעם יארהונדערט. אין דער ײדישער װעלט פאלן די דאזיגע צײטן צונויף מיט דער תקופה פון דער גרעסטער פארשפרײטונג פונ׳ם חסידיזם צװישן די ײדישע קיבוצים אין פוילן״ אוקרײנע און צום טײל אויך אין ליטע׳ און פון דער פולקאמער שליטה פוי׳ם חסידישן לעבנס־שטײגער אין דעם ײדענטום פון די אויבענדערמאנטע קאנטן. אין דער אײגענער צײט איז דאס אבער אויך דער אנהויב פון זײן גײסטיגער ירידה. דער חםידיזם האט זיך שוין דאן אנגעהויבן אוים־ צולײדיגן פון זײן גײסטיגן תוך״ כדי מגולגל צו װערן אין דעם אזוי אנגערופענעם צדיקיזם• דער מחבר פון די ״פוילישע װעלדער״ װיקלט פאנאנדער פאר אונזערע אויגן דעם בילד פונ׳ם אידישען לעבן אין יענע שוין א ביסל אומרוהיג גע־ װארענע צײטן, װען אין דעם שויס פון דער ײדישער געזעל־ שאפט הויבט זיך שוין אן צוצוגרײטן דער אריבערגאנג צו א מאדערנער תקופה״ אבער װעלכע זײנען נאך פול מיט א שטארקער גײסטיגער ענערגיע און דורך און דורך אנגעזאפט מיט די בעסטע השפעות פון א רײכן קולטורעלן עבר• מיט א האנד פון א געניטן קינצלער פירט ער פארבײ פאר אונזערע אויגן פראכטפולע טיפן פונ׳ם פארצײטיגן יידענטום״ א רײכן רענדאר״ א מקובל״ א צדיק״ א שורה פון ײדישע ױנגע לײט׳ דערצויגן אינ׳ם גײסט פונ׳ם אלטען ײדענטום״ נאר שוין פאר־ כאפט פון אומקלארע גארונגען נאך אנדערע האריזאנטן. ער פירט אונז ארײן אין דעם סאמען תוך פון אנ׳אומגע־ װאהנטלאך אויםגעהאלטענעם און פארטיפטן לעבנס־שטײגער׳ פול מיט גײסטיגע איבערלעבענישן און רעליגיעזע בענק־ שאפטן״ װעלכע שפילט זיך אפ פאר אונזערע אויגן אין די רעמלאך פון א רײכער״ פרוכפארער און בליהענדיגער נאטור מיט איהרע גרינע״ בלומען־באזײטע לאנקעם״ איהרע געדיכט־ בוימיגע״ שמעקעדיגע װעלדער און איהרע שטילע און ברײטע

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.