Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 40 (sequence 50)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--118-9581403- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
אין פרצ׳ס דרכים רעליגיע. אט אין די דאזיגע ״פינסטעו־ע״ װעלט אנטלויפט אונזער דיכטער פון דער גרויסער װעלטשטאט מיט איהר גרויסער אינדוסטריע און איהר געבענטשטער קלאסךבאװאוסט־ זיניגקײט. אין דער דאזיגער ״פינסטערער״ װעלט אנטפלעקט ער יענע ליכטיגקײט און שײנקײט, נאך װעלכע ער האט אומזיסט געגארט אין דער אטמאספערע פון ביזנעס און טומל. דארט געפינט ער א שפע פון מאטױון פאר זײן קינצלערישע פאנטאזיע. װעלכע האט געשמאכט אין דער ײדישער אמעריקע מיט איר רעקלאמע־מאכערימ אטדארטן רוט ער זיך אפ פון דעם טעמפ־מאכענדיגען געפילדער פון דער װעלט־שטאטיגער צױויליזאציע. װאו עס לײדט איטליכע נשמה. אין װעלכער עס קלאפט אנ׳אמת דיכטערישע אדער. און װאס איז דער חדוש. אז א טאלענטפולער שרײבער מיט אמתדיג־דיכטערישע באדערפע־ נישן אנטלויפט פון דער אמעריקאניש־ײדישער גאס אין די פוילישע װעלדער פון די אמאליגע ״פינסטערע״ צײטן מיט זײער ״פינסטערן״ לעבענס־שטײגער? לויט דעם באװאוסטן נוסח פון אונזער שפאגעל־נײער דעמאקראטיע האט א געדיכט קאנ־ צענטרירטער ארבעטער־קיבוץ מיט דער צײט פון זיך אלײן געמוזט ארויסארבעטן א געזונטע. שטארקע און זאפטיגע קולטור להפך צו דער ״פארשימעלטער״ און זאפטלאזער קולטור פון די אמאליגע צײטן מיט זײער אבגעשטאנענעם לעבנס־שטײגער און זײערע דורך און דורך ״רעאקציאנערע״ נטױת. אבער װי אויף צו להכעיס האט דער בערך לאנגאניגער קױם פון דעם ״פראלעטארישן״ ישוב אין אמעריקע װײניג װאס אויפ־ געטון אין דעם תחום פון דערקולטװ/ נישט אין דער אלגעמײנער און נישט אין דער ײדישער• לא די װאס דער ײדישער ארבעטער־קיבוץ אין אמעריקע האט נישט באװיזן צו באשאפן װעלכע נישט איז אײגענע קולטור מיט אנ׳אײגענעם פרצוך האט ער אפילו נישט באװיזן אריבערצונעמ^ן אין זיך די בעסערע און אײדעלערע פארמען פון דער ארומיגער אזוי אנגערופענער ״בירגערליכער״ קולטור• מיר װײסן גאנץ גוט> אז אין אמעריקא זײנען פאראן גרופעס פון ערנסטע און דענקענדע מענשעך װעלכע פלײסן זיך מיט אלע כחות צו באשאפן אנ׳אמתדיגע ײדישע קולטור? מיר װײסן אז עס װאקסט דארט א ױנגער ײדישער דװ/ װעלכער איז פול מיט די בעסטע כונות און פונדסװעגען איז עס דאך א פאקט. אז די אמעריקאניש־ײדישע ארבעטער־גאס האט אײנגעזאפט אין זיך דוקא נישט דאס בעסטע פון דער ארומיגער נישט־ײדישער ״בירגערליכער״ קולטור ז עם איז א באװאוסטער פאקט> אז צו דער אמעריקאניש־ײדישער ארבעטער־גאס האבן זיך צוגענומען דוקא די װײניגער אײדעלע פארמען פון דעם אמעריקאנישן לעבן: אחוץ עטלאכע ײדישע צײטונגען אין זשורנאלף װעלכע סטארן זיך צו פארפלאנצען קולטורעלע נטױת אין השגות באם לײענער־עולם, אויף װי פיל עס לאזט זיך אין די גרעניצן פון דער אמעריקאנישער צױויליזאציע בכלל> זײנען דאך גע־ װאהנלאך אמעריקאניש־ײדישע צײטונגען נישט דער ערך ״געלער״ אײדער די נישט־ײדישע ״בירגערליכע״ צײטונגען אין אמעריקע. איז דער אמעריקאניש־ײדישער טעאטר גע־ דאנקע5לאזער אײדער דער נישט ײדישער ״בירגערליכער״ דאם בוך פון אפאטאשו ״אין די פוילישע װעלדער״ װײזט אן אויף א ציקאװן שטריך אינ׳ם ײדישן לעבן פון דער הײנטיגער צײט: אט איז א ײדישער שרײבער מיט א גענוג שטארקן טאלענט און א גענוג הויכער מדרגה פון גײסטיגער אנטװיק־ לונג % ער װאוינט אין אײנעם פון די גרעסטע יידישע קיבוצים װאו עס זײנען שוין פון לאנג אן קאנצענטרירט די געדיכטעסטע ײדישע ארבעטער־מאסן פוןדערװעלט? להפך צו דעם ס׳רוב פון די אידישע ישובים אין די אנדערע גלות־לענדער פון די פריהערדיגע און צום טײל אויך פון הײנטיגע צײטן מיט זײערע בטלנים. שלימזלניקעס, קרומע רוקנס/ קרעמערלאך סרסורים און סתם לופט־מענשן מכל המינים. פארמאגט דער דאזיגער אויבנדערמאנטער קיבוץ א געזונטך האראפאשנעם און פראדוקטױון עולם, אין װעלכן עס קלאפט דער דופק פון ענערגישע און שעפערישע טואונגען. דוכט זיך אז פאר א שרײבער מיט א שארפן קינצלערישן חוש און א גײםטיג אנט־ װיקלטן אינטעלעקט. װאס האט תמיד פאר זײנע אויגן אנ׳עולם פון אזא מין/ האט זיך דא באדארפט צו אנטפלעקן א גאנצע שפע פון קינצלערישע מאטױון. עפעס א קלײניגקײט דאס איז: די אין שטאל און אײזן געשמידטע װעלט־שטאט מיט איהר מאכטיגן אטעם, דער גװאלדאװנער ריטם פון א קאכעדיגער. אומברחמנות־עגערגישער ארבעט, דער שטענדיג רירעוודיגעו/ פלינקער און פארטאנענער עולם׳ דער הילכיגער טריט פון די ״ארבעטער־באטאליאנען״ און אזוי װײטער. און אזוי װײטער... פאר א טאלענטפולן און אינטעליגענטן קינצלער האט אזא מין צענטער געדארפט װערן אנ׳אמתע שמאלץ־גרוב. פון װעלכער ער האט געדארפט שעפן אין פולע הויפנס♦, דאם איז דאך עפעס נישט טונעיאדאװקע און נישט כתרילאװקע! און א מאדנע זאך - דער טאלענטפולער קינצלער װערט עפעס גאר נישט נתפעל פון דעם דאזיגן גאנצן טאראראם: די אין שטאל און אײזן געשמידטע װעלט־שטאט שפײזט נישט זײן כח הדמױן׳ דער גװאלדאװנער ריטם פון דער אומברחמנות־ענערגישער ארבעט מאכט אויף איהם נישט קײן טיפן רושם׳ דער רירעװ־ דיגער״ פלינקער און פארטאנענער עולם רופט בײ איהם נישט ארויס קײן באזונדערע ליבשאפט צו זיך און דער הילכיגער טראט פון די ״ארבעטער־באטאליאנען״ װעקט נישט אין זײן נשמה קײן שום אפקלאנג? עס ציהט איהם גראד אין די טונע־ יאדאװקעס און די כתרילאװקעס,און דוקאאיןדי טונעיאדאװקעס און כתרילאװקעס פון די גאר אמאליגע צײטן״ בעת אין דער ײדישער הײם האט געװעלטיגט ביד רמה די ״פינסטערע״ חסידות מיט איהרע צדיקים און איהרע קלײזלאך און די נישט װײניגער פינסטערע רבנות מיט איהרע לומדים און איהרע בתי־מדרשים״ בעת די ײדישע גאס האט אבגעהילכט נישט פון דעם מאכטפולן טראט פון די ארבעטער־באטאליאנען/ נאר פון דעם קול פון די װאויל־לערנערס איבער די גמרות, בעת די קלענערע און גרעסערע ײדישע ישובים האבן געשװיבלט און געגריבלט פון בטלנים״ כלי קודש״ מקבלים״ זײדענע ױנגע־ מאנטשיקעס, סרסורים, מעקלערס, קלײנע סוחרימלאך און קרעמער מכל המינים און אלע װינקעלאך פונ׳ם ײדישן לעבן זײנען דורכגעדרונגען געװען מיט א טיף ״רעאקציאנערער״ 40