Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 37

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 37 (sequence 47)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--115-9581400
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

״איז געװען פרײליך אויפן באל?׳/ - האט װילהעלמינע געפרעגט• פערדינאנד האט דערצײלט״ אז דער זאל איז געװען איבערפול׳ מײסטנס העםליכע מענשן; מיט דער מוזיק איז דאם אויך נישט געװען אמבעסטן. ער האט נאך אזוי גערעדט• װילהעלמינע האט אים גוטגעשטימט געקוקט אין פנים און האט זיך געװענדט צו אירענע׳ן מיט דער פראגע. צי איר באגלײטער איז געװען א גוטער טענצער. אירענע האט צוגעשאקלט מיט א שמײכל• איר ״יא״ איז קוים געװען צו הערן. ״פרײליך איר האט הײנט געשפילט ״פעדארא?׳/ האט פערדינאנד געפרעגט צו דערהאלטן דעם געשפרעך. ״איז געװען א גרויסער עולם?״ ״אויספארקויפט׳/ האט װילהעלמינע געענטפערט. אירענע האט זיך אנגערופן: ״אלס פעדארא האב איך אײך לײדער נאך נישט געזעהך פרײלין בישאף. אבער געזעהן אלם מעדײע, דא נישט לאנג• דאס איז געװען גרויסארטיג״. ״אהײםן דאנק״. אירענע האט נאך געזאגט אײניגע װערטער װעגן איר אנטציקונג, דערנאך האט זי געפרעגט װילהעלמינען װעגן אירע געליבטע ראליען? ס׳האט אויםגעזעהן װי זי איז זעהר פאראינטערעסירט מיט יענערם ענטפערן. צולעצט איז דאס געקומען צו אן אויבערפלאכיגן צעמישטן געשפרעך׳ װער איז גרעסער אלם ארטיסט׳ דער׳ װאס װערט גאר פארשלונגען אין זײן ראליע, אדער דער׳ װאס שטײט העכער פאר איר. בא דער געלעגנהײט האט פערדינאנד דערמאנט׳ אז ער איז באקאנט געװען מיט א ױנגן קאמיקער׳ און יענער האט אים אלײן דערצײלט׳ װי אזוי ער האט בעסער פאר אלע מאל אויסגעפירט א געװיסע לוסטיגע ראליע גראד דעם טאג פון זײן פאטערס קבורה• ״איר האט לײטישע פרײנט׳/ האט דארויף װילהעלמינע באמערקט און אראפגעלאזט אין מויל א שטיקל מאראנץ. װי האלט דאם אײגנטליך? חאט פערדינאנד געטראכט• האט פרײלין אירענע פארגעסן׳ אז זי האט געװאלט װילהעל־ מינען אויםװארפן אין פנים׳ זי איז אמערדערין... און געדײנקט נאך װילהעלמינע איבערהויפט׳ אז איך בין איר געליבטער׳ איך׳ װאם קומט צו איר אין מיטן נאכט מיט א פרעמדער ױנגער דאמע...? ״איר האט אזא לעבעדיגן אינטערעס פאר טעאטער׳ פרײלין׳/ האט װילהעלמינע באמערקט׳ ״האט איר אפשר אמאל געקלערט אלײן צו מאכן אזא קאריער?״ אירענע האט געמאכט מיטן קאפ אויף נײן. ״לײדער האב איך קײן טאלענט נישט״. ״נו׳ איז דאנקט גאט׳/ האט װילהעלמינע געזאגט׳ ״דאס איז א זומפ׳/ איצט׳ װען זי האט אנגעהויבן צו דערצײלן פון די נידער־ טרעכטיגקײטן׳ װאס מ׳האט אויסצושטײן אלס קינסטלערין פון אלע זײטן׳ האט פערדינאנד באמערקט׳ װי אירענע קוקט װי א צוגעשמידטע, צו אטיר׳ װאס דורך איר שפאלט האט דאס בלויליך שעמערירט אהער. ער האט אויך באמערקט׳ װי אירענעס פנים׳ ביז אהער אומבאװעגט׳ האט זיך אנגעהויבן שטיל צו מינען אונטער דער בלאסקײט׳ און די שװײגנדיגע ליפן האבן נערװעז געציטערט. און אים האט געדאכט׳ אז ער ״איך בעט אײך׳ פרעגט דאס פרײלין״׳ - האט פערדינאנד געזאגט׳ ״צי װאלט זי אזוי גוט געװען אונז אויפצונעמען״. דאס מײדל האט נאריש געשמײכלט און געפירט דאס פאר אין סאלאן• די פלאמען פון דער סאפיט־לױסטרע האבן אויפ־ געשטראלט׳ און פערדינאנדן האט געדוכט׳ אז ער זעהט צװײ פרעמדע מענשן׳ אירענען און זיך׳ שװעבן אין װענעציאנישן שפיגל׳ װאס איז געשטאנען געבויגן איבער דער שװארצער גלאנציגער פיאנא• פלוצים איז אים דורך א געדאנק אין קאפ׳ אפשר האט זיך אירענע געלאזט פירן אהער בלויז מיטן מײן צו הרג׳ענען װילהעלמינען? דער אײנפאל איז פאר־ שװאונדן פונקט אזוי גיך׳ װי ער איז אים געקומען• אבער דאס ױנגע מײדל׳ װי אזוי זי איז איצט נעבן אים געשטאנען און האט לאנגזאם אראפגענומען פונ׳ם קאפ דאס שפיצנטוך׳ האט אים יעדנפאל אויסגעזעהן שטארק פארענדערט׳ מ׳קאן זאגן״ גאר װי א פרעמד װעזן׳ װאס ער האט דעמס שטים נאך קײנמאל נישט געהערט• ס׳האט זיך געעפנט א טיר און װילהעלמינע איז ארײנ־ געקומען אין א גלאט סאמעטן שטוב־קלײד מיט אן אפענעם האלז• זי האט דערלאנגט פערדינאנדן די האנט און האט באטראכט אים און דאס מײדל גיכער מיט א לוםטיגן שמײכל אײדער פארװאונדערט• מיט שפאם־װערטער האט פערדינאנד געפרובט דערקלערן דעם נאכטישן װיזיט• ער האט דערצײלט׳ אז זײן מיטגײערין האט אין טאנץ געהאלטן בלויז אין אײן רומען און קרוינען פרײלין בישאף׳ דאן האט ער זיך אײנ־ געשטעלט פירצולײגן צו מאכן דעם דאזיגן נארישן װיזיט און איר באגלײטן׳ - ריזיקירט׳ אז מ׳זאל זײ בײדע אראפװארפן פון די טרעפ. ״װאס פאלט אײך אײן״׳ - האט װילהעלמינע אפגע־ ענטפערט׳ - ״פארקערט׳ איך בין אנטציקט״׳ זי האט דערלאנגט אירענען די האנט. ״אבער איך מוז אײך בעטן גײן מיט מיר צום טיש׳ איך קום נאר װאם פונ׳ם טעאטער״. מ׳איז ארײן אין א געבענצימער. אונטער א גרינבליכן קרישטאלגלאק האבן דרײ מאטע גלילאמפן באלויכטן א טיש געדעקט בלויז אויף העלפט. בעת פערדיגאנד האט אראפ־ גענומען זײן פעלץ און אים א װארף געטאן אויפן דױואן׳ האט װילהעלמינע אלײן אראפגענומען אירענען דעם מאנטל פון די אקסל און אים אויפגעהאנגען אויף א שטולאנלען• דאן האט זי גענומען גלעזער פון דעם קרעדענץ׳ אנגעגאסן װײסן װײן׳ אװעקגעשטעלט פאר אירעגען און פערדינאנדן. ערשט דעמאלט האט זי זיך געזעצט׳ האט זיך גענומן רוהיג א שטיק קאלטפלײש פון דעם טעלער׳ צעשניטן׳ געזאגט: ״מיט אײער דערלױב״ און אנגעהויבן צו עסן. צײט אויף צײט האט זי געװארםן א גוטמוטיגן קוק׳ עפים װי מיט אװײכן שמײכל׳ אויף אירענען און פערדינאנדן. זי האלט דאם פאר נאטירליך׳ פאר זעלבסטפארשטענדיג׳ האט פערדינאנד געטראכט׳ א ביסל אומצופרידן. װאלט איך געקומען מיט דער כינעזישער קײזערין און װאלט איר מיט־ געטײלט׳ אז מ׳האט מיך געמאכט פאר א מאנדארין׳ איז װאלט זי זיך אויך נישט געװאונדערט• אײגנטליך אשאד׳ ״װארום פרויען׳ װאס שטוינען נישט קײנמאל׳ געהערן קײנעם נישט אין גאנצן...״ דאס איז געװען טרויענהאפס א װארט׳ װאם איז אים איצט נעפלדיג דורך אין קאפ• 37

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.