Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 36

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 36 (sequence 46)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
80% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--114-9581399
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

זײנען פארבײגעגאנגעך האבן זיך געזעצט גאר נישט װײט צו א טיש בא דער װאנט׳ האבן זיך אונטערהאלטן און געלאכט אױף אקול• דאן האט מוזיק װידער אנגעהויבך ס׳האט גע־ קלונגען און געהילכט♦ ״װען איך זאל איצט גײן צו איר?״ האט אירענע געפרעגט ״איצט?״ ״װי מײנט איר׳ זי װאלט מיך אויפגענומען?״ ״דאס װאלט געװען געטראפען א מאדנע צײט״ - האט פערדינאנד געזאגט מיט א שמײכל. ״אך׳ ס׳איז נאך װײט צו האלבער נאכט׳ און זי האט הײנט געשפילט אויך״. ״איר װײסט דאם זיכער?״ ״װאס איז דא פאר א װאונדעה שטײט עס דען נישט אין דער צײטונג? זי װאלט גראד דעמאלט געװען געקומען אהײם• װאלט דאס דען נישט געװען זײ אײנפאכםטע זאך אין דער װעלט? מ׳לאזט זיך מעלדן׳ מ׳דערצײלט עפיס א געשיכטע״ אדער פשוט דעם אמת. יא. איך קום גלײך פון א באל < מײן טרוים. אײך צו זעהך איז נישט געװען איבערצושפארן ן אײן מאל װײניגסטנס האב איך געװאלט קושן דיגעטליכע האנט... און אזוי װײטער. דערװײל װארט אויף אונז די דראשקע׳ נאך פאר דער נרויסער פויזע איז מען צוריק דא. קײן מענש װאלט דאם נישט באמערקט״. ״אויב איר זײנט גרײט׳ פרײלין׳ - האט פערדינאנד געזאגט׳ - ״איז לאזט מיך אײך באגלײטן״. אירענע האט אים אנגעקוקט. זײן אויסזעהן איז געװען פעסט באשלאםן און אױפגערעגט• ״איר מײנט דאך נישט׳ אז באמת... ״ ״אבער צו שפרינגען פון אטורעם׳ פרײלין׳ דערצו װאלט אײך קײן מוט נישט געפעלט?״ אירענע האט אים אקוק געטאן אין די אויגן און פלוצעם איז זי אויפגעשטאנען. ״אויב אזוי׳ איז באלד׳/ האט זי געזאגט׳ און איבער איר שטערן איז פארבײ א טונקלער שאטן. פערדינאנד האט גערופן דעם קעלנער׳ באצאלט׳ דערלאנגט אירענען דעם ארעם און האט זי געפירט צװײ טרעפ אראפ אין פאיע׳ דארט האט ער איר געהאלפן אנצוטון דעם העל־ גרויעם מאנטל. זי האט אויפגעשטעלט דעם פעלצקאלנער און האט ארויפגעװארפן אויפן קאפ א שפיצנטוך. בײדע זײנען אראפ אונטן אין טויער צום צופאר׳ נישט אויסגערעדט קײן װארט. א דראשקע איז פארבײ געפארן׳ און אהן אײן װארט האבן זײ זיך״געלאזט צו זײער צװעק איבער דער פאר־ שנײטער גאס• פערדינאנד האט צײט אויף צײט געכאפט א זײטיגן קוק אויף אירענען. זי איז געזעסן נישט אריר זיך צו טון׳ און פון איר פארשלײערט פנים האבן די אויגן געגלאצט אין דער טונקל. אין עטליכע מינוט ארום איז די דראשקע שוין גע־ שטאנען פאר דעם הויז אויף דעם פארקרינג. אירענע האט געװארט ביז פערדינאנד האט אנגעקלונגען און מ׳הט געעפנט דעם טויער• ערשט דאן איז זי ארויס׳ און בײדע האבן זיך געלאזט לאנגזאם די טרעפ ארויף. פערדינאנד האט זיך דער־ פילט װי אויפגעכאפט פון א חלום׳ װען ער האט דערזעהן פאר זיך דאס גוט באקאנטע מיידל׳ וואס האט פארװאונדערט אנגעקוקט אים און זײן מיטגײערין• שטייט ער אױף׳ און זאלן זיי ענטפערן. ער האט שוין געזעהן׳ װי מ׳בײט זיך מיט װיזיטקארטעס׳ װי ער פאררופט צו זיך סעקונדאנטן׳ פארט און גרויען פרימארגן איבער דעם פראטער׳ א קויל טרעפט אים אין ברוסט׳ ער פאלט צו דער פײכטער ערד׳ און צולעצט שטײט װילהעלמינע מיט עפיס א קאמעדיאנט בא זײן גרוב• אבער נאך אײדער די סעקונדע צײט איז אפגע־ לאפן׳ האבן שוין די הערן אויפגעהערט צו קוקן און האבן זיך געלאזט װײטער גײן. פערדינאנד האט װידער געהערט אירענעס שטים: ״איצט װאלט איך מוט געהאט״. - האט זי געזאגט מיט אמאדנע עפיס װי אפארצװײפלטן שמײכל. ״מוט צו װאס?״ האט פערדינאנד געפרעגט• ״מוט צו גײן צו פרײלין בישאף״. ״גײן צו פרײלין בישאף.... איצט?״ ״יא׳ גראד איצט• װאס קלערט איר דערצו?״ זי האט געװיגט די אקסלען צים טאקט מוזיק. ״אדער װילט איר טאנצן אװאלס?״ ״דאס לאזט זיך שוין גיכער׳/ מײנט פערדינאנד• איז דאס נישט מערקװערדיג״ - האט אירענע געזאגט מיט לוםטיגע אויגן• ״װאם האט זיך דען געענדערט׳ זינט מיר זיצען דא אין דער לאזשע און טרינקען שאמפאניער? גאר נישט. נישט דאס מינדסטע• און פלוצים קומט אײנעם פיר׳ אז דער טויט איז גאר נישט אזוי שרעקליך׳ וױ געװײנטליך שטעלט מען זיך פיר. װײםט איר׳ אײנס׳ צװײ׳ און איך װארף זיך אראפ פון דאנען׳ אדער זאל זײן פון א טורעם• ס׳איז א גארנישט בא מיר אין די אויגן. אשפאס. און װי גוט באקאנט מיר צװײען זײנען דאם געװארןז אבער דאס האט איר צו פארדאנקען בלויז גאבריעלן״. ״איך האב זיך קײנמאל נישט אײנגערעדט.... ״ האט פערדינאנד געזאגט מיט אשמײכל דאנקענדיג׳ באמערקט׳ אז ער האט א ביסל הארצקלאפן. אירענעס אויגן זײנען שוין מער נישט געװען לוסטיג׳ זײ זײנען געװען גרויס׳ שװארץ און ערנסט• ״און װײסט איר׳ װי איך האב זיך דאס פירגעשטעלט׳/ האט זי געזאגט׳ נישט געהערט זײנע רײז/ ״איך האב זיך געװאלט פירשטעלן פאר א קינסט־ לערין אן אנהױבערין׳ אדער אזוי פאר א גליהענדיגער פאר־ ערערין• שוין לאנג ציט דאס מיך... שוין לאנג לעכץ איך נאך דעם... עפים אזוינס האב איך געװאלט אנהויבן. זײ האבן דאך אלע ליב חניפה׳ אזוינע פרויען׳ נישט אזוי?״ ״דאס געהערט צו דעם ברויט״׳ - האט פערדינאנד גע־ ענטפערט♦ ״א׳ איך װאלט איר אזוי געחנפעט׳ אז זי װאלט געװען גאר אנטציקט און װאלט מיך געװיס געבעטן קומען נאך אמאל... און איך װאלט געקומען אויך׳ - אפילו גאר אפטערז מיר װאלטן געװארן גאר אינטים. כמעט פרײנדינס׳ ביז אײן טאג װאלט איך איר ... יא׳ ביז איך װאלט איר אמאל אין פנים געשריגן: װײסט איר׳ װאס איר האט געטאן?.. . ווייסט איר׳ וואס איר זייט? א מערדערין! יא׳ דאס זייט איר׳ פרײלין בישאף״. פערדינאנד האט איר אנגעקוקט פארװאונדערט און האט װידער געטראכט: װאס פאר א נאר דער גאבריעל איז געװען ו דער קאדריל איז געװען אויס. אונטן האט עס גערוישט און געטומלט׳ און אלע האבן זיך גערוקט אהער. צװײ פאר 36

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.