Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 38

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 38 (sequence 48)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
74% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--116-9581401
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

פלוצעם געפאלן א שטראל אויף אירענעס פנים• פערדינאנד האט דערזעהף װי זי גלאצט אויף אים׳ האלבאפן די ליפן. ״הײסט דאס׳ אירד/ האט זי שטיל אזאג געטאן• אים האט געדאכט. אז אין איר שטים ציטערט שטוינען/ שרעק און האס. זי איז געזעסן אין דער פינסטער• װען זי װאלט געהאט א מעסעו/ װאלט זי אים מיר ארײנגעשטעקט און הארצן ן האט פערדינאנד געקלערט. אבער װי דאס זאל נישט זײן/ איך בין דא נישט שולדיג. בין איך דען נישט געװען מער א פרינציפ, אײדער... ער האט זיך געשלאגן מיט דער דעדי׳ צי זאל ער ניט פרובן איר אויפצוקלערן די זאך? ניט זיך צו פארענטפערן/ נאר װײל דאס דאזיגע קלוגע װעזן האט זיכער פארדינט״ איר זאלן קלאר װערן די אינעװײניגסטע פעדים פון דער גאנצער געשיכטע. פלוצעם האט ער זיך דערפילט ארומגעקלאמערט און אויף זײנע ליפן אירענעס ליפן װילד׳ הײס און זיס• דאס איז געװעו א קוש> װאס אזוינעם. אזוי האט אים געדאכט. האט ער אויף זײן לעבן נישט געהאט. אזוי באשמעקט און סודותדיג און אהן אסוף. ערשט װען דער װאגן איז שטײן געבליבן/ האט זיך מויל פון מויל געשײדט. פערדינאנד איז אראפ און האט געהאלםן אירענען אראפגײן. ״איר װעט מיר נישט נאכגײן׳/ האט זי הארט אויסגערעדט. און שוין איז זי פערשװאונדן אין ארײנגאנג. פערדינאנד איז געבליבן שטײן דרויסן. ער האט קײן אײן מינוט ניט געקלערט איר ניט צו פאלגן• ער האט געפילט קלאר און מיט אן אומגעריכטן װײ אז ס׳איז פארבימ און אז נאך דעם קוש קאן גארניט ניט קומען. אין דרײ טאג ארום האט ער דערצײלט די װאונדער־מעשת אנאסטאסיאוס טרויענהאפן. פאר אים האט מען נישט געקאנט גארנישט פארשװײגן׳ װארום צו האלטן אםוד פאר אים װאלט געװען פונקט אזוי קינדיש. װי פאר דעם ליבן גאט• ״אשאד׳/ האט אנאסטאסיאוס געזאגט נאך א קורצן קלער׳ *װאס זי איז נישט געװארן אײער געליבטע. אײער קינד װאלט מיך אינטערעסירט. קינדער פון ליבע האבן מיר גענוג״ קינדער פון גלײכגילטיגקײט שוין צופיל, אבער קינדער פון האס - דאס פעלט אונז י שטארק. און ס׳איז נישט אומ־ מיגלאן/ אז גראד פון אײך װאלטןמיר געהאלפן געװען׳/ ״איר מײנט. הײםטדאס...״ האט פערדינאנד געפרעגט... ״נה װאס דען רעדט איר זיך אײןז״ האט אנאסטאסיאוס שטרײנג אפגעענפערט♦ פערדינאנד האט אראפגעלאזט דעם קאפ און האט גע־ שװיגן. אין טאש האט ער שוין געהאט א בילעט אין שלאפוואגן קײן טריעסט. פון דארט איז ער געפארן װײטער קײן אלעק־ סאנדריע. קאאיר״ אסואן... זײט דרײ טאג האט ער אויך פארשטאנען/ אז מענשן קאנען שטארבן פון ליבע אהן האפ־ נונג... אנדערע מענשן געװײנטליך... אנדערע. דערקענט אין אירע ברײט אויפגעריסענע אויגן א פארדארבענע לוסט ארײנצודרינגען אין דעם בלויליכן צימער און פארשטעקן איר פנים אין דער קןשף װאס גאבריעלם קאפ זאל אמאל האבן גערוט אויף איר. דאן איז אים אײנגעפאלך אז אויב אירענעס אויסבלײבן האט ביז איצט געקאנט בלײבן אומבא־ מערקט׳ איז קאן דאס איר דאך שלעכט אפגײף אפשר אים אוין/ ער האט ארוק געטאן מיט דער שטול. אירענע האט זיך צו אים אומגעקוקט* עפיס װי אויפגעװאכט פון א חלום. אין דער לופט האבן נאך נאכגעקלונגען װילהעל־ מינעס לעצטע װערטער״ װאס קײנער האט שוין נישט געהערט. ״ס איז שוין רעכט צײט. מיר זאלן גײן׳/ האט אירענע געזאגט און האט זיך אויפגעהויבן. ״איך באדויער זעהר׳/ האט װילהעלמינע אפגעענטפערט״ ״װאס איך האב נישט לענגער דאס פארגניגן״♦ ״אירענע האט זי באטראכט מיט א רוהיגן אויספרובקוק. ״נה מײן קינד?״ האט װילהעלמינע געפרעגט. ״ס-איז װאונדערליך׳/ האטאירענע געזאגט. ״װי אזוי פרײלין איר דערמאנט מיר א בילז/ װאס הײנגט בײ אונז אין שטוב: א קראאטישע אדער א סלאװאקישע פויערטע בעט אויף א פאר־ שנײטן װעג פאר א הײליג בילד״• װילהעלמינע האט ערנסט צוגעשאקלנ/ פונקט װי זי װאלט זיך קלאר דערמאנט דעם װינטערטאג• װען זי האט ערגיץ־װאו אין קראאציע געקניט אין שנײ פאר יענעם הײליגן בילד זי האט געװאלט ניט אנדערש נאר אלײן אנטון אירענע- דעם מאנטל אויף די אקסל און האט ארויסבאגלײט אירע געסט אין פארצימער. ״נו׳ טאנצט פרײליך װײטער׳/ האט זי געזאגט ״דאם הײסט׳ אויב איר פארט באמת צוריק אויפן באל״. אירענע איז געװארן טויטבלאס׳ אבער זי האט געשמײכלט• ״מ׳דארף זיך פאר אים היטן׳/ האט װילהעלמינע צוגעגעבן און געװארפן אויף פערדינאנדן א קוק׳ דעם ערשטן אזוינעם װאס אין אים האט זיך געלאזט זעהן עפיס װי א דערמאנונג פון דער פארגאנגענער נאכט. פערדינאנד האט נישט געענטפערט. ער האט נאר געפילט׳ װי אירענע באטראכט אים און װילהעלמינען מיט דעמזעלבן פינםטערן בליק• ס׳האט זיך געװיזן דאס שטובמײדל. װילהעלמינע האט נאכאמאל דערלאנגט אירע געסט די האנט׳ זי האפט גאר אינ־ גיכן װידער צו זעהן דאם ױנגע מײדל בא זין/ אין האט געשמײכלט צו פערדינאנדן׳ עפיס װי זי װאלט געװאונען בא אים אן אפגערעדטע שפיל. דאם שטובמײדל האט זײ צוגעלײכט מיט אליכט; שװײגנדיג זײנען אירענע און פערדינאנד אראפגעגאנגען די טרעפ. באלד האט זיך דער טויער פארהאקט הינטער זײ. דער קוטשער האט געעפנט דעם צומאן/ אירענע איז ארײן׳ פער־ דינאנד האט זיך געזעצט בא איר צו זײט• די פערד זײנען געלאפן איבער דעם שטילן שנײ. פון אגאסלאמטערן איז ארטור שגיצלער 38

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.