Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 35 (sequence 45)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--113-9581398- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
געצװײפעלט״ מער װי אלעמאל״ אז גאבריעל זאל האבן פארמאגט טאלענט. אמת״ ער האט זיך קוים געקאנט דערמאנען די שטיק״ װאם װילהעלמינע האט דארט פאראיארן געשפילט די הויפטדאליע״ אוץ װאס נאך דער שטיקס דורכפאל איז זי גע־ װארן גאבריעלס געליבטע״ עפיס װי אים צו פארגיטיגן. זעהר שטיל האט אירענע איצט געפרעגט מיט אן אפגעקערטן קוק: ״הײסט דאס> איר האט די לעצטע יארן מיט אים נישט פארקערט?״ ״װײניג׳/ - האט פערדינאנד געעטפערט׳ - ״ערשט דעם לעצטן הארבסט האבן מיר זיך װידער געטראפן אפאר מאל. צופעליג האב איך אים אײנמאל געטראפן אויפן רינג. ער איז גראד געװען צוזאמען מיט דער בישאף און מיר האבן דאן אלע דרײ געגעםן אונזער אװנטעסן. ס׳איז געװען זעהר א גע־ מיטליכער אװנט• מ׳האט נאך געקאנט זיצן אויף דער פרײ כאטש ס׳איז שוין געװען סוף אקטאבער. מיר האבן זיך נאכדעם געטראפן נאך אמאל אדער צװײ״ און גראד בא איר״ בא פרײלין בישאף. יא. ס׳האט געהאט א געװיס אױסזעהך װי מ׳װאלט זיך װידער געפונען אײנם דאס אנדערע נאך אלאנגער צײט• אבער ס׳איז דערפון גארנישט געװארן״. פערדינאנד האט זײטיג אקוק געטאן אויף אירענען און געשמײכלט. ״נו װיל איך אײך עפים דערצײלן״- האט אירענע געזאגט״ - ״איך האב געװאלט ארײנגײן צו פרײלין בישאף״. ״װאס?״. האט פערדינאנד כמעט א געשרײ געטאן און באטראכט אירענעס שטערן״ װאס איז געװען זעהר װײם און העכער פאר א געװײנטליכן מײדלשטערן. דער קאדריל איז געװען אויס אין די מוזיק שטיל. פון אונטען האט געשפארט א טומל פון שטימען. אנדערע נישטיגע װערטער האבן זיך געלאזט הערן דײטליכער״ עפיס װי זײ װאלטן פארמאגט אקראפט זיך אויסצוטײלן פון די איבריגע• ״ס׳איז בא מיר אפילו געװען פעסט באשלאסן״ - האט אירענע װײטער גערעדט, געהאלטן אין אײן אויף־און־צומאכן דעם עלפענבײנערנעם פאכער• ״אבער שטעלט אײך פאר װי קינדיש. די לעצטע מינוט האט מיר שטענדיג פארפעלט מוט״• ״צװואס װילט איר דען זײן בא איר?״״ - האט פערדינאנד געפרעגט. ״צװואס? דאס איז דאך זעהר אײנפאך. איך האב זי געװאלט אנקוקן פנים צו פנים- הערן איר שטים• איך האב געװאלט װיסן״ װי אזוי רעדט זי און באנעמט זיך אין געװײנטליכן לעבן ז איך האב זי געװאלט אויספרעגן װעגן אלערלײ װאכע־ דיגע זאכן. איז דאס דען אזוי שװער צו פארשטײן?״ האט זי פלוצעם האסטיג אזאג געטאן״ האט אפגעהאקט״ אלאך געטאן״ האט א שלונג געטאן פון איר גלאז און גערעדט װײטער: ״ס׳קאן דאך אײנעם אינטערעסירן״ װאס זײנען זײ אײגנטליך יענע פרויען״ די סודותדיגע אזוינע״ װאס מ׳דארף פאר זײ האבן אן אנדער מאס״ װי איר זאגט• יענע״ װאס איבער זײ לאזן זיך גוטע מענשן אומברײנגען״ און אין דרײטאג ארום שטײען זײ אויף דער םצענע אזוי גרויסארטיג אזוױוי ס׳װאלט גאר נישט געשעהן״• צװײ הערן זײנען פארבײגעגאנגען״ געבליבן שטײן״ אויס־ געדרײט זיך און אנגעקוקט אירענען• פערדינאנד איז געװען געדײצט און פעסט געשלאסן״ װען אזא אומדערצויגנקײט זאל געדויערן א סעקונדע לענגער״ אזוי ״מ׳זאגט אזוי״. - האט פערדינאנד אײנפאך אפגעענטפערט״ צופרידן״ װאם ער האט זיך נישט ארויםגעגעבן מיט קיין אײן מינע. די קאדרילמוזיק האט געשאלט אזו האסטין״ אז די שאמ־ פאניערבעכער האבן שטיל געציטערט. ״קענט איר פערזענליך די בישאף?״ האט אירענע געפרעגט. ״יא׳/ - האט פערדינאנד געענטפערט• ער האט זיך געטראכט: הײסט דאם״ זי װײסט נישט גארנישט. נאטירליך• װאלט זי דאס געשפירט״ איז װאלט זי דא מיט מיר קײן שאמפאניער נישט געטרונקען. אדער אפשר גראד דערפאר...? ״נישט לאנג האט איך געזעהץ די בישאף אין דער מעדײע־ ראליע״• - האט אירענע געזאגט. ״איך בין געגאנגען אין טעאטער בלויז זי צו זעהן. זינט דער פרעמיערע פון גאבריעלס שטיק פאריגן װינטער האב איך זי אויף דער סצענע מער נישט געזעהן• דאמאלס האט זיך די געשיכטע ערשט אנ־ געהויבן?״ פערדינאנד האט געצוקט מיט די אקסלען- ער װײסט נישט גאר נישט. ״יא׳ זי איז א גרויסע קינסטלערין״. ״דאס קאן געמאלט זײן״״ - האט אירענע אפגעענטפערט״ ״אבער איך מײן נישט. אז דאריבער מעג זי...״ ״װאס מעג זי?״ - האט פערדינאנד געפרעגט און װידער אנגעגאסן די גלעזער• ״טרײבן א מענשן אין דער ערד״ - האט אירענע פאר־ ענדיגט און געקוקט אין דער װײט. ״יא״ מײן פרײלין״ - האט פערדינאנד געזאגט באטראכט״ - ״װאו הויבט זיך דא אן מ׳מעג און װאו װידער די פאראנט־ ווארטונג״ דאס לאזט זיך שװערליך זאגן. און װען מ׳װײסט נישט נאהנט די לאגע. װי קאן מען דא.... יעדנפאל געהער פרײלײן בישאף צו די װעזנס״ װאס״ װי זאל איך דאס אײך זאגך זײ זײנען נאהנטער צו די סטיכיע־גײסטער״ אײדער מיר אנדערע מענשן״ און פאר אזוינע װעזנס דארף מען אפשר גישט אנװענדן דיזעלבע מאס״ װאס פאר אונזער אײנעם״. אירענע האט אװעקגעלײגט אויפן טיש איר אלטמאדישן עלפנבײנערנעם פאכער״ האט אים װידער גענומען אין האנט״ פארבײגעפירט די באקן און שטערן אזוי װי זי װאלט זיך געקילט. זי האט אויסגעטרונקן איר גלאז מיט אמאל און אזאג געטאן: ״װאס זי איז אים נישט געטרײ געבליבן״ - גו דאס קאן מען נאך פארשטײן. אבער פארװאס איז זי צו אים נישט אויפריכטיג געװען? פארװאס האט זי אים נישט געזאגט: ס׳איז אוים• איך האב ליב אן אנדערן״ לאמיר זיך שײדן. ס׳װאלט אים געװיס זעהר װיי געטאן״ אבער צום טויט װאלט דאם אים נישט געטריבן״. ״װער װײסט״? האט פערדינאנד לאנגזאם געזאגט. ״געװיס נישט׳/ האט אירענע הארט באשטעטיגט. ״בלויז דאס מאוס האט געבראכט דערצו״ דאם מאוס• װען ער האט זיך געמוזט טראכטן: די זעלבע רײד״ װאס איך האב הײנט געהערט- די זעלבע צעטרליכקײטן״ װאס איך האב הײנט געקריגן...״ זי האט א ציטער געטאן״ זי האט געקוקט אריבער אין זאל ארײן און איז אנשװיגן געװארן. פערדינאנד האט איר אנגעקוקט און האט ניט געקאנט באנעמען״ װי קאן זיך אײנער״ געליבט פון אזא מײדל״ אומ־ ברײנגען איבער װילהעלמינען. אין דער מינוט האט ער אויך