Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 29 (sequence 39)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--107-9581392- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
29 מאקם ליבערמאן צו דעם 25 טען געבורטםטאג די דאזיגע קאלטבלוטיגקײט ציט די יניקה פון דעם װידער״ װילן/ פון דעם אומצוטרוי/ װאס ער האט געשפירט בנוגע דעם מענטשן פון זײן קלאס׳ פון דעם העכערן מיטלשטאנדי פון דער אפשטויסונג צו די נאהנטע מיטמענטשן װענדעט זיך זײן בליק צו דער װײטקײט און אפטמאל שװערן װעג׳ אויף װעלכן עס הײבט אן גײן דער קינסטלעה װאס שטײט אין סכסוך מיט זײן סביבה. געפינט ער דאס לאנד פון זײנע חלומות.* ♦ האלאנה דער האלענדישער פויעה דער ארבעטעה דער האנדװערקעה די פרומ דאס קינד׳ אט די דאזיגע מענטשן דוקא דערפאה װײל זײ זײנען פרעמה נישט אויסצופארשך נישט צו דערגרײכף װײל זײ רײצן נישט און.ערגערן נישט אויף׳ אט די דאזיגע מענטשן קומען אים אויס פאר אן עסטע־ טישן יקר המציאות. צוליב אזוינע מאטױון אן ערף האט דער האלענדער װאךגאג פארביטן זײן הײמאט מיט דער פראװינצאלישער לאנדשאפט.* דער חילוק איז אין דעה װאס דער נארדלענדער דארף האבן דרום־זוך בשעת ליבער־ מאנען דעם גרויס שטאטיגן מענטשן און ײדך האט פארכישופט דאס עלעמענטארע׳ חיה׳שע באגער־לעבן אין זײן אינטימער שײכות צו דער נאטוה צו דער פיזישער ארבעט. ליבערמאן קװיקט זיך פון דאס טיפישע, פון דעם ריטם פון פשוטער ארבעט* װאס גײט פאנאנדער אין גלײכע באװעגונגען. דעריבער האט ער געמאלט פליקערקעס פון גענז׳ פלעכטער פון קערה קאנסערװן־מאכערקעה אויך א שנײדער־שול, א שול פון קלײנע קינדעה א װארקשטאט פון שוסטעה א שײער פון פלאקה א שטיבל פון א לאטסמאך א מושב־זקנים א״ א. װ. און תמיד האט ער זיך געפלײסט ארויסצוגעפינען דאס גע־ מײנזאמע אין דער מראה פון די מענטשך װעלכע עס פאר־ אײניגט אן ענליכע ארבעט׳ אן ענליכער ארט לעבך נישט. א שטײגעה דאס פארשײדנארטיגע/ װאס עס מוז דאך קומען צום אױסדרוק, װען מען באטראכט נעהנטער. ליבערמאן איז דער פארשטעלער פון מיליטאריזירטע ארבעט׳ ער איז א מאסן-שילדערער. ער װאלט אויך געקאנט מאלן סאלדאטן־ סצענעה װען עס װאלטן פאר אים נישט געװען קײן שטער די ספעציפיש־ײדישע מאמענטן. עס איז אויסער געװײנליך כאראקטעריםטיש פאר ליבער־ מאנס שאפך אז ער האט אפילו געמוזט האבן דעם האלענדישן ראם פאר זײן פארשטעלן דעם ײדן. פאר דעם בערלינער ײדן האט ער קײן זאך נישט געהאט. אקעגן זשע האט אים אויסגעזען דער אמסטערדאמער פאר א זאך װאס איז ראוי צו װערן פארגעשטעלט. בדרך אגב איז ער אויך צו דעם אמסטערדאמער ײדן קײנמאל נאהנט נישט צוגעטראטן. אין זײנע האלענדישע ײדישע בילדער האט ער זיך זעהר קנאפ אפגעשטעלט אויף דאס פיזיאנאמישע. דער אמסטערדאמער ײדישער קװארטאל. װאס ער האט עטליכע מאל פארגעשטעלט׳ איז א כװאליע׳ װי מען קאן נישט אונטערשײדן דאס אײנצעלנע. די דיםטאנץ פון דער זאך איז דאס עסטעטישע געזעץ׳ װעלכן ליבערמאן האט זיך כמעט תמיד אונטערגעװארפן. איגנארירט רא טע נ וי דערצײלט(אין זיינע געזאמעלטע שריפטך 4 באנה מאקס ליבערמאן׳ 1918)׳ אז א מאל אין אן אוונט איז אים אויסגעקומען צו זיצן בא ליבערמאנען אין ארבעטס־צימער׳ װאס געפינט זיך נעבן דעם בראנדענבורגער טויער אין קוקט ארויס װײט איבער דעם טירגארטן. ליבערמאן האט אנגעשריבן אמאמר װעגן איזראעלס, האט אים פארגעלײנט פאר ראטענוי אין געװאלט הערן׳ װאס ער װעט זאגן. אז ראטענוי האט געהערט דעם מאמר׳ האט ער זיך אנגערופן: ״אן אנטיק׳ אבער איך האב די גאנצע צײט גע־ װארט אויף אײן װארט און איך האב דאס װארט נישט געהערט״. דאס װארט׳ װאס ראטענויען האט געפעלט אין ליבערמאנס מאמר׳ איז געװען: געמיט. ליבערמאן האט תמיד געשפירט א פחד פאר געפילבעטאנטע װערטער׳ פאר א סופערלאטױו בכלל. פאר שטארקע פארבן אויך. מסתמא האט ער געהאלטן א זון־אונטערגאנג פאר צו שארף און איבערהויפט פאר א זאך אן א טעם (בלתי ספק׳ אז פאר א זאך אן א טעם). פארשטײט זיך׳ אז די אזוי גערופענע ״אויסדרוקספולע״ געזיכטעה כאראקטער־קעפ און דראמאטישע בילדער זײנען אים געװען אומסימפאטיש. ראטענוי זאגט אבער (און אין די דאזיגע װערטער איז דא א התראה) אז ״אויך הינטער דעם ביליגן און פאלשן געפיל װערט נאר אויף א קוצו של ױד געספק׳ט אין דאס אמת׳ע און אין דאס מעגשליכע׳ אנטשטײט דערפון סקעפטיציזם׳ װאס פארגלױוערט די גאנצע קונסט און דעם גאנצן לעבן״♦ ליבערמאן באנוגט זיך מיט א לפי־ערךדיגער זעאונג. ער לאזט זיך קײנמאל נישט ארײן אין קײן פרטים׳ ער רירט נישט אן׳ ער רעפראדוצירט נישט דאס פײנע געװעב פון די קעמערלאך פון דעם יש. די װעלט װאס ער מאלט׳ איז גאר כמעט קײן קערפער ניט. אפשר הײנגט דאס צוזאמען מיט דער װײטזיכטיגקײט פון דעם קינסטלער׳ װאס ער האט שוין געהאט פון פרי אן. אזוי האט מען געפרובט צו דערקלערן דעם אײגנ־ ארטיגן פארדרײען אין אויסשפרײטן פון על־גרעקאס בילדעה א מאלער װאס האט געמאלט אין שפאניען אין דעם 16 יאר־ הונדערט און װאס איז נאך עד הױם פאר פולען מער װי דער בארימטער װעלאסקעז׳ דורך אן אויגן־פעלער. עס װאלט אבער געװען א טעות צו דערקלערן די אײגנארט פון א קינםטלער מיט דער באשאפנקײט פון זײן פיזישן אויג׳ און נאר מיט דעם אלײן. עס איז קײן פראגע ניט׳ אז דאס װיכטיגסטע איז דער פסיכישער מאמענט און דאס קאן מען נאר אנאליזירן אויפן סמך פון א ברייטן ביאגראפישן מאטעריאל. אגב פירט שוין אן אויבנאויפיגער קוק אין ליבערמאנם שאפן צו א באדײטנדיגער אגטדעקונג. מען זעט בחוש׳ אז ליבערמאנס גלייכגילטיגקייט פאר דאס נאהנטע׳ פאר דאס אײגצעלנע׳ דאס פערזענליכע׳ אז זיין קאלטקייט פאר דאס איבערלעבן פון אײנעם א גאנץ באשטימטן מעגטשן׳ אז אט