Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 28 (sequence 38)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--106-9581391- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
לערנײנגל״ - א מײםטער. א געזאלבטער אויף א מילבן־הויפן. און אײנער נעמט דאס ערנסט• װאס האט ער באך צו זוכן- און װאו צו געפינען? ס׳איז ענג בא אונז און לופט פארפעלט• א װעלט האט אונז איבערגעיאגט מיט פײערדיגע רײטװאגנס• שטײען מיר הינטער־ שטעליג און האלטן זיך שטארק פאר אובזערע בעםטע לויפערס״ און זײ פאר אונז. ס׳איז אן אלטע געשיכטע. נישט אײנער איז מיד און פאר־ צװײפלט אנהויב שפאנען געבליבן. אנדערע האבן זיך גארנישט פארמאסטן• דעם אנהויב זײבען מיר דאך איבערגעװאקסן. נישט בלויז אין טרוימעך און װײטקוקן״ נישט בלויז פון צוזעהן בא פדעמדע טישן. עפיס איז געשעהן בא אונז אויך. א נם״ אדער אויסגעװאקסן ו דער קװאל האט שוין געריסן לענגער. נאך דער ערשטער שטופע ליטערארישקײט האט געמוזט קומען ליטעראטור. קינסטלערישע רײפקײט• דער נײער שטראם׳ װאס האט איבערגעקערט דעם גארן אלטפרענקישן שטײגער״ האט געמוזט פארנעמען אונזער קינסטלעריש נײס״ װאס איז נאך נישט געװען געקרוינט און האט ערשט געקאנט עפים געפונען און געװינען. אבשטאט מאדעל־ארבײט זאל קומען דער פוךזין/ ממעמקים. גראד די לעצטע יארן ערדציטערניש און חורבן האט דאס אשפאר געטאן מיט דער גארער ױגנטליכער קראפט. ױנגערע און טאלענטן. שוין געהאט פאר זיך די געקרוינטע און זײער ליטערארישן װעג״ האבן זיך א הויב געטאן און אונז אשפאר געטאן״ א מענגע פאטערישע באגריפן און געװאוינהײטן איבערגעקערט• און דאס ערשטע איז דא געװען״ אז דאס אלטע איז אלט. דער צװעק (עסטעטישער פאלקיזם) װי דער װעג(ראמאנטיזירטער רעאליזם). זאל דארויף רוהען דער אפשײ פאר מוזײען און אבטיקן״ אבער זאלן אונז שאטנס ניט שטײן אין װעג אין מיטן העלן טאג. מיר װעלן דערפון ארויסהוייבן דאס מענשליכע, דאס אײביגע״ מיט א קריטיש אויג און גײן אקעגן מארגן. זוכן אװעג צו װעלט״ צו מענש. בא אונזער ארמקײט איז שוין אזא פראגראם א שטיק געװינס. אנײער דור איז אויפגעשטאנען , ער ציהט דעם פאדים פון רעװאלוציע אץ ליטעראטװ/ נישט פון נעכטן. נישט פון קאמף פאר ליטעראטור. איז שוין זײ קלאר. װאוהין אומקולטור פירט. און צי איז זײ באשערט נישט צו בלײבן שטעקן אין מיטן ויועג? דערװײל אבער האבן זײ אונז פונם קוילערגעסל אויף א וויעג ארויסגעפירט. דער נײער יידישער ראמאך די נײע יידישע ליריק איז שוין מער װי א צוזאג: טאלענט און פײנקײט״ קינסטלערישע קולטור• זײ האבען אונז אנגעשטעקט מיט זײער מוט און אובז אפגעקערט פובם נעכטן. װארום דאס רעאליסטישע קאנסקעװאליע״ און אלץ װאם דערמיט. א גאנצע תקופה ײדישע ליטעראטור״ איז - נעכטן. נעכטף װאם האט שוין קײן הײבט נישט. שוין אונטערגע־ פירט דעמ סך־הכל און געמאכט דעם שטריך. א נײע שטיק איז צוגעקומען דעם ײדישן קלאסיציזם ז און מיר קוקן שוין דארויף מיט אויג געשיכטע. מעג מען שוין אין װארשע קרוינען דעם ױנגן קלאסיקער. שוין צײט ן און עסטעטישע מאראל. דרך־ארץ פאר ר׳ שלמה נגידן- װארום אטאש קלײבגעלט פאר אבױנים און גמילת־חסדים גרוים־געלט פאר קבצנים ן אפשײ פאר בעל־הבית׳ישן עטיקעט און מצװת־ מאראל. ערנסט און מיטן גאנצן הארצן. נישט קײן קריטיש אויג״ נישט קײן שפור איראניע• דערזעהט מען יא דאם בײע״-אזױ איז דאס דאם צעבראכענע קאנסקעװאליע״ נישט דאם אויסגעװאקסענע. צעפרעסן לײב״ נישט און גאס. אדער געבראכענע געמיטער - די גארע גאלערײע פארשוינען׳ פון שלמה׳ן ביז מאטקע גנב• אזוי רעכענט זיך אפ די הײם מיט אירע אפטריניגע. גאבץ גלאט איז דאם אבער נישט. צװאנציג יאר איז נישט בלויז אײן גלײכע קינסטלערישע שנור. עפיס איז דאך געשעהן• תמימות. פרישקײט און פארליבטקײט האבן זיך מיט דער צײט געפעלט. יארן און שטאט האבן זײערס געטאן׳ צעפרעסן די פארטרוימטקײט׳ אפגעװישט די ױגנט־פארב׳ קײן נײע בא־ גײסטערונג אבער פון דארט נישט גענומען. צײטונגס־שטיק־ ארבעט האבן אזויגס זיכער נישט געקאנט אויפטאן• איז געבליבן ליטערארישקײט׳ שרײבער־טאלענט׳ װאס איז געװאר/ סאליד. פאעטישער חן, זאפטיגע מאלערישקײט׳ װאס האבן אונז זײנצײט א נײעס אנטפלעקט׳ האט זיך אויסגעװעפט. בעל־הבית׳ישער שטײגער און דראמע זײנען הויל און בלויז געװארן. פון קינסטלערישער אינטואיציע - איז געװארן ליטערארישע מאניר׳ קאנםערװאטױוע באשרײבונגס־מעטאדע. נישט װאם רעאליזם׳ - נאר רעאליזם פון מילבען־ שטײגער♦ װעמען און װי לאנג קאן דאס אנגײן? גיט נאך װען אמאל טאלענט א ברען׳ אזוױוי א גרוס פון ױגענט־יארן׳ איז װערט עפיס מער׳ עפיס באגײםטערטער. אבער קונסט איז נישט די־יענע געראטענע שטיק. קונסט איז א ו ו ע ג. דער װעג איז דא אבער פון און צו דער פארשטויבטער הײם• אימער און װידער זינקט מען אין װאכעדיגקײק. א סטיל פון סטיל־ לאזיגקײק. ״מאטקע גנב״׳ א צײטונגס־ראמאן׳ א שטיק קרי־ מינעלע כראניק אויף דער גרעניץ ליטעראטור׳ - זאל דאס זײן דער װאוקס, נאך דעם זים־אידילישן שטעטל אפילו? האט דאך יענץ װײניגסטנם געשטראלט מיט שרײבערישער פריש־ קײט׳ מיט ױגנט־התפעלות \ ס׳איז געשעהן׳ װאס מיט אסך אונזערע ״ױנגע״׳ איצט שוין סאליד און געקנײטשט פאר דער צײט: ס׳האט געפעלט קולטור 1 פון דעם טיפן דעק שטראמט אונזער ביסל אײגנס׳ פון די נידערגעשטעלטע׳ װאס אונזערע שרײבער האבן אפטמאל מיט טאלענט׳ מיט הארץ געמאלט׳ ארױםגעהויבן פון דערנידער׳ פון פארשװיגן און פארגעסן. דא האט אפט געשפארט מיט טאלענט׳ מיט עמאציעס׳ אזוי װי א פארשװיגענער ליבע־ אויםזאג, אבער ניט קײןקולטור׳ קײן װיסן און קײן געשמאק. ס׳איז נישט די סביבה׳ נישט דער פארנעם׳ װאס זאלן דעם טאלענט אויפציהען׳ פײלן׳ פשוט א ברײטערע װעלט װײזן• װארגט מען זיך אין די ד׳ אמות. שפראצט ארויס א טאלענט׳ אן אנהויבער׳ אן אנזאג׳ מאכן מיר די גרויסע װארע און דער־ לאנגען אים א קרוין. צו דער צײט׳ װען ער דארף װאקסן און באװאקסן מיט װעלט און מענש׳ שטײט ער שוין׳ דאס בעל דמױן