Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 25

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 25 (sequence 35)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
71% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--103-9581388
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

מערי׳ם ״מ׳מעג שוין״ - איז א פארצװײפלטע קארט אין א פארשפילטן קאן. און ר׳ שלמה נגיד׳ס קאנפליקט פאר דעם צעשפילעטן מײדל־בוזעם בא דער צװאג־שיסל״ דאם איז דער קלאסיש־ײדישלאבער שטרײט יצר־הרע־יצר־טוב״ און דאס קוילער־געסל בלײבט געטרײ דעם ״שבט־מוסר״. קורץ״ - נישט די ערד האט זיך דא פארמאסטן קעגן הימל״ בײגעקומען געװים נישט? נישט לײב האט זיך דא בא־ פרײט פון דער בעל־הבית׳ישער צניעות־צביעות־מאראל. נישט מער״ מ׳קאן נישט בײשטײן״ און דער ״יצר־טוב״ שלומערט נאך און זינדיגן ױגנט־לײב• שטיפערײ! באם ערשטן שנאל װעט ער״ דער יצר־טוב״ ארויס ברײטלאך אויבן־אן אין שוך און זאקן און װערן דער װעג־װײזער. בלײבט פונם גארן נצחון ערד איבער הימל - א הומארעסקע״ א פעליעטאן־שטיק פון דער פויערטע מיט דער ײדענע דער שכנה• געטער קריגן זיך דא בא ליכט־בענשן און באצלמ׳ן זיך״ און זײ״ מענשן־קינדער״ מאכן שלום צװישן געטער: טײלן זיך שכניש מיט א ביםן און מיט אלטמײלערישער פלאפלערײ• ערד און לײב״ דאס איז די טויז בא א ליטעראטור - אן אנהויב• קאנסקעװאליער פרימיטױו קינסטלעריש געשלײערט״ עפנט זיך דא א טיר צו ליטעראטװ/ װיל צוקומען צו א װעלט״ װאס דענקט און פילט מיט מאטעריעלע פארמען און בילדער. מיר האבן שוין געזעהן״ װי אזוי דאס איז געטאן געװארן. װאס איז חוץ דעם? װאס נאך געהערט דא צו א װעלטס מארא־ ליש״ עסטעטיש פארמעגן״ צו קינסטלערישע צװעקן און װעגן? צו דער צײט״ װען אײנינע אונזערע ״ױנגע״״ איצט שוין ״קלא־ סיקער״״ האבן זיך אויםגעפיקט פון פרץ׳ס נעסט״ האט זיך בא אונז דערװעקט דער פאלקיזם״ אמין רוסישע ״נאראדני־ טשעסטװא״ נאר אין א עסטעטיש־מאראלישן שטייגער. דער ערשטער אינסטינקטױוער קער פון אן אויפגעװאכטער אינ־ טעליגענץ־אנהויבער צו געפונען דעם שורש״ זיך גופא געפו־ נען״ א ליניע״ פאר סטיל און אײגנם אין א סביבה פרעמדער קולטור און אידעאלן. פרץ״ דער װײטסטער אנזאגער״ האט דא װי אלע־מאל דעם װעג געװיזן. זײנע ״פאלקסטימלאכע געשיכטן״ זײנען געװארן אמין מאדערנע ביבל בא דער ױגנט״ לײענר װי שרײבער. אבער פרץ האט דאס מענשליכע געזוכט״ נישט דאס ײדישלאכע ן דעם קװאל״ ניט דאס שטײװאסער. דער גארער צויבער פון פרץ׳ס פאלקסהעלדן איז דער״ װאם ער האט אין זײ אנטפלעקט די טיפע מענשליכקײט• ארויסגעצויגן פון דער אומעסטעטישער ײדישער שאלעכץ״ װאס האט זײ פארשטלט פאר א װעלט״ פאר אונזער אײגן אינטעליגענטיש אויג״ און דעם העכםטן מאראלישן תוך אנט־ פלעקט״ פערזענליכקײט אויסגעשײלט און זײ קינסטלעוײש־ פעהיג געמאכט׳ אזוינס װאס זאל נעמען״ באגײסטערן• נישט קײן נסים״ נישט קײן מצװתן גערירט האט דא נשמה־ליכט״ געקרײנקטקײט און פאראנטװארטונג פאר א װעלט־ סדר״ שטארקער אין־זיך־גײסט״ ליבשאפט״ פלאמנדיג גלויבן. העכער פארן הימל איז די ערד באם נעמיראװער״ און א בינטל האלץ פאר א קראנק־עלנדער פרוי איז פריהער פאר סליחות• אפילו אין דעם ײדן״ װאס איז זיך מפקיר פאר א זעקל ארץ־ישראל־ערד״ צאפלט אידעאליזם: עפעס פארמאגט דער װאכעדיגר סוחר געהויבן־מענשליכעס״ אזוינס״ װאס איז אים װיכטיגער פאר גאלד״ פארן לעבן. זשאנדארן - א גאסךקנױל תאוה־לײב״ רינשטאק־לופט׳ לאנג־ װײליגןברוד״-ערנםט אוןניכטעח קורץ״ יענקלשאבשאװיטשעם הײזל צעהן מאל אזױ גרויס״ נאר שוין אהן א םפר־תורד,. איז דאס א התגלות פון לײב״ א מאניפעסטאציע פון דער מאטעריע קעגן גײסטז אזוי האט דאס דער שרײבער אלײן געװאלט האבן״ געטײטלט און צעקײט װי א פסוקי א פילא־ זאפיע געמאכט פון דער ערד (״מוטער־ערד״״ געװײנטלאך)״ פארריסן קעגן הימל. א קאנסקעװאליער מליצה ן װארום לײב איז דא דער ג ו ל ם ״ נישט די באשמעקטע מאטעריע ן שטאל־ קולטור״ נישט די צעשטראלטע מענערישקײט• א נאטור־ געשיכטע פון אינסטינקטן״ פון פיזיאלאגישע געזעצן - װערט נאך נישט קײן אנטפלעקונג פאר עסטעטיק און מאראל. װארום די ערד איז דא שטויב״ אסטיכיע װאכעדיגקײט״ װי הונגער און קנאבל־ברויט״ קוים זעהט מען דערפון דאס מענשלאכע ארוים• זאלדאס זײן דער אידעאל״ דערצװעק״ דאס גראב אוןבלויז? זאל דאס זײן דער מוסר פון אנײער זאקאפאניער עסטעטיק? דא איז לײב צום באװאוםט. ניט געקומען״ און װען יא״ אזוי באנעמט מען דאס פאר דער עלעמענטארער ״אויסגעלאסנקײט״״ נישט פאר דער געלײטערטער מאטעריע״ װאס זוכט אויסצו־ שטימען אין זיך װײטערע קאגפליקטן. אײן ריר מיטן פינגער צעפאלט דא די גארע ערד־מאראל אין שטויב. דא איז מען צו גײסט נאך נישט געקומען״ פארשפארט מען שוין בײצו־ קומען. קאנסקעװאליער שמײםערם״ װאויל־ױנגען״ יאטישע טעכטער װאלטן ערנסט געגאפט״ מ׳זאל זײ אזוינס פירברײנגען. נישט בלויז אויף לײב? אויף שאנד איז מען זיך דא נישט קלאר. מ׳איז טױב און טעמפ פאר געפאלנקײט און פאר־ קנעכטקײט. ס׳איז א שײנער זשעסט״ װאס הײזלמײדלאך (אין ״גאט פון נקמה״) װײזן זיך אין זײער מענשלאך געשטאלט״ מיט װאכענדיגע לײד־פרײד״ געניסן אזומער־רעגן אזוױוי שפילנדיגע קינדער״ נישט קײן דראמאטיזירטע קוקלעס צו פילאזאפירן. אבער װען נישט מער װי דאס״ װען קײן שפור געקרײנקט געפיל״ קײן צארן/ קײן װײ״ (פון דער סיטואציע״ נישט פון זײער מויל)״ - איז דאם א שלעכטער סימן פאר דער ״מוטער־ערד״״ פאר דעם באפרײטן לײב• װארום װען איז נאך לײב אזוי פארשװעכט פארקנעכט געװארן״ װי דא ן אײן פרט: וױ די פרוי איז דא פאםױו ן זי שטײט װי אן אפענע טיר און װארט• דער מאנסביל נעמט זי וױ אזאך״ און גיט איר גאר נישט״ װי אין א אריענטאלישן הארעם• קאנסקעװאליער פרײ איז א ביטער גענאר״ דא איז מען נאך גישט ארוים פון פיזיאלאגיע״ אזוי װי דאם קינד אין מוטערם טראכט. באם ערשטן קאנפליקט מיטן פארשטאנד - זײנען זײ קנעכט באם בעל־הבית׳ישן עטיקעט• דאס איז אידעאל און מאראל פון ״גאט פון נקמה״: אמײדל־א ספר־תורה קעגן דעם הײזל־מײדל. זינדיג בלוט קאן זיך קײן מאל נישט אויס־ לײטערן״ אין צװײטן גליד אויך נישט״ און גאט שטראפט קינדער פאר זינד פון פאטערס• צװײ װערטער צו דערמאנען אהײזל־חתן שלמה׳ן װעגן זײן בעל־הבית׳ישן יחוס״ - אזוי װערט ער גוט און פרום און פינטעלט שוין מיט ד/אויגן אזוי־ װי א ײדענע צום ונתנה־תויקף. נישטא גרינגער װי צו פירן אזא אײנעם א ״הפקר־ױנג״ אויף א צוקער־שטריקל לײטישקײט״ ער זאל זיך שלאגן ״חטאתי״. פעסט״ אויף דער עלטער איז דאס זיכערע קאנדידאטן פאר גבאי׳טעס און תהילים־זאגערן

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.