Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 2 · p. Seite 26

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 2
Date
1922-01-01
Page
Seite 26 (sequence 36)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
68% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581353--104-9581389
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

פון א פײנערער עסטעטישער״ מאראלישער קולטור״ מיט רע״ װאלוציע הינטער זיך׳ - איז זײן װערק א מצבה געװארן׳ אפלאקן אויף אן אפגעבארעטער װעלט׳ װאס מענשלט זיך און װערטלט זיך נאך. האט דא ליטעראטור׳ טאלענט און גײסט׳ די ערשטע גע־ זאלט דאס װײזן׳ א טיר עפענען׳ אװעג זוכן. קאן מען דען דא בלײבן אין דער גײסטיגער געטא? קורץ - פון שטײגער האט מען דא געזאלט צו קולטור קומען. ס׳האט געקאנט דוכטן׳ אז דאס געשעט אויך. ס׳איז געװען א פרוב צו באנעמען װעלטגעשעהענישן׳ פערזענליכקײט׳ מענש־און־גײסט־פראב־ לעמען. אבער באלד האט זיך ארויסגעשטעלט׳ אז דא אויף נײע װעגן׳ איז מען עלנט פרעמד׳ מ׳שטייט אין א װינקעלע װי ארעם אויף א נגידישער חתונה׳ אדער מ׳ברעכט מיט עלנבויגנס גבירישע פארצעלײ. האט מען דערזעהן מיט א פרעמד אויג אױסערליכע אינטעליגענטישע שטיק׳ צײט־גרי־ מאםן בא צופעליגע באגעגענישן אין א שטורמישער תקופה׳ װאס האט אנגעװאוירן סטיל (״מערי״). סצענע־ערפאלג (א קאפריז פון א נערװעזער צײט פאר עקזאטיק און פרימיטיװ)״ רעשיגע טאג־זעהונגען און א נײגיריג אויג האבן נעבײטשט צו שפאנען אויף הויכע שטאפלס. איז מען געשפרונגען װאוי־ לעריש איבער דרײ מיט אמאל. װאו איז דא װאוקס׳ װאו שטאלצן? איז דאס גארע אינטעליגענץ־װעזן געװארן א לאנג־ װײליגער קנויל צעקראכענע באגערן׳ אהן א טיפערן װײ׳ אהן א װײטערן אויסקוק אפילו׳ א שפיל פון לאנגװײל מיט נישט. און מ׳נעמט דאס ערנסט׳ אזוױוי דער אויפגעקומענער באקומט צוערשט רעספעקט פאר אריסטאקראטישער קולטור פון פירן דאס געפעסטעטע הינטל אויף דער שנור• איז פון דער מאראלישער׳ רעליגיעזער פראבלעם יענקל שאבשאװיטשעס זינד־און שטראף־באנעמען געװארן׳ נײ־ קאנסקעװאליער אױב׳ און אכראניק פון שבתאי־צבי מיט גע־ טאקטע ביכער־רײד׳ װאס האבן קוים די נײגיריגקײט געװעקט• װארום בעצם איז מען געבליבן באם װיגעלע, באם אנהויב• דער בעסטער סימן? װי גיך מ׳האט זיך פון דעם נײעם׳ פראבלעמאטישן׳ אפגעטרײםלטו דארטן צו דער הײם איז געװען דער װעג אויסגעטראטן׳ און מ׳האט זיך דארטן גע־ קאנט באנעמען הײמיש׳ געמיטליך. איז װידער דער שמײסער׳ אין אנײעם גלגול. אינם גאלדענעם לאגד האט ער זיך ארויפ־ געארבעט׳ געקריגן אױף א מינוט אמביציע צו דער ״גוטער געזעלשאפט״׳און א פראלצוריק צוםשורש׳צום הײמיש־פראסטן מײדל׳ װײל אזוי׳ אין די העמד ארבל׳ איז געמיטליכער׳ אײדער אין פארקנעפלטן גײ־ראק (״דער לאנדסמאן״). אדער די אויסגעשפילטע אמביציע׳ - דער אויפגעקומענער מגושם׳ װאם קויפט אפ דאס ביסל אדל׳ אזוױוי סטיל־מעבל אויף אן אויקציאן. דער געבראכענער יחוס קאפיטולירט פארן משרת און גײט צו אים אױף קעםט (״יחום״). קאנםקעװאליע איז אויבן־אויף♦ בלויז דאס קאנסערװאטױוע׳ דאס אלטגעבאקענע׳ נישט דאס אומרוהיגע׳ נישט דאם שפראצנדיגע. נישט װאס דער שמײסער און דער שיינער ייד׳ נאר דער ערנסט׳ ווי אזוי מ׳באנעמט זײו דער משרת דארף גובר זײן דעם יחוסז - א טראגעדיע האט דא טשעכאװ אויסגעטראכט. ווארום גבורה און רויבער־אפעטיטן דארפן אײנשלינגען געשליפענע נעגל פון אזא חדר ארויס׳ און בא דער אלטער שטעטל־טרא־ דיציע אין אונזער ליטעראטור׳ איז געװען נאטירליך׳ אז דער ױנגער זאל צום שטעטל צוריקקומען׳ נאר שוין מיט אנײ אױג׳ מיט אנײ־געװאונענער קינסטלערישר מאס. דער עולם־ הזה׳דיגער׳ דורך־און־דורך לעבמענש׳ רײף געװארן שוין אונ־ טער פרץ׳ס ליטערארישע פליגל׳ נישט בא דעם ספר־יאך׳ האט פארמאגט א שליסל צו דעם ערדישן אין שטעטל. דא איז ער אויפן פערד• די טראדיציע פונם װײכסל׳ פוילערישע מאלע־ רישקײט׳ א לעגענדע פון קאזימירם אסתר׳קע - האט דא ארויסגעבראכט דאס קערנדיגסטע׳ דאס זאפטיגסטע: פײזאזש׳ גראציע און מענערישקײט׳ ױסטינע׳ן (אין ״משיח׳ס צייטן״)׳ פלאסטישע ביבלישע בילדער. דארפישע פרישקײט און ױגנט־ לאכע פארליבטקײט (אלצאײנס אין װאס) האט דא באשײנט א פארװארפענעם שטײגער׳ געװיזן עפעס מער װי דאס װא־ כעדיגע אויג האט געזעהן׳ אנדערע אװעג געװיזן. א גאנצע ליטערארישע שול איז באשאפןגעװארן: װײסענבערג איז דא די שטארקסטע זײל. א נאטירליכער געזונטער אנהויב׳ א זוױוי די ערשטע ײנגל־ליבע׳ װאס מ׳דארף דערפון ארויסוואקסן. פון דאנעץ האט געזאלט ערגיץ װאוהין א װעג פירן• צי קאן מען לעבן און װאקסן מיט יענעם שטײגער, אין יענע ד׳ אמות? אזוױוי מ׳קאן נישט בלײבן בא דער בײטש און בא דער קא־ פאטע. ערגיץ האט דא געזאלט אװעג פירן צו א װעלט מיט א שטארקן לעבנס־אימפעט׳ מיט אויסגעװאקסענע אינדי־ װידועלע לײדנשאפטן׳ סאציאלע קאנפליקטן׳ קולטור־דראמא־ טיזם. דאס שטילע װינקל האט געהאלטן אין אײן זונקען׳ די שטאט האט בא דעם אויסגעזויגן דאס שטארקסטע׳ דאס װאכסטע׳ דאס איבערגעמאלן אויף אירע מילשטײנער. צוריק אומגעקערט א ױירונגס־שטאף׳ װאס האט געשפילט׳ צעמישט דאס שטײענדיג װאסער׳ אבער געלײטערט אויך. פאר אונזערע אויגן האט זיך דאס געביטן. שטעטל האט פארלוירן סטיל. די תקיפות געבראכן׳ - און ס׳פעלט שוין דעם שטײגער די איניװײניגסטע זיכערקײט׳ צי לעבט ער שוין גאר אויף זײן װעלט• די רעװאלוציע (1905) אין אירע נאכװייען האבן גע־ בראכן׳ איבערגעקערט. דער נעכטן איז מיט אמאל געװארן פארגאנגנהײט. די ױגנט איז געשטאנען א געבראכענע פאר א נײער װעלט׳ אבער שוין באפרײט קעגן א שטיק אײגענער געשיכטע. דאם נײע׳ דאס מענשליכע׳ האט געפײניגט און געפרײט. די װעלט האט אונז אנגעהויבן מער אנצוקערן׳ אײדער די פארדומפענע הײם. די הײם האט דאס געמוזט מיט־ מאכן׳ אויף איר שטײגער. דער ײד האט זיך אנגעהויבן עמאנסיפירן פון ײדישקײט׳ דערװײל נאך בגנבה׳ פאר זיך׳ ניט פארן כלל׳ געשטעלט נאך יארצײט־ליכט און געגעבן א נדבה אויף תלמוד־תורד,. צוזאמען מיט אנײ־מאדיש מעבל־ שטיק האט זיך דא פארגנב׳עט אין הויז אנײ מעשה־ביכל׳ עפעס פון דער װעלט, דערװײל נאך אהן א סטיל׳ אזוױוי אין א אויקציאן־געשעפט• מ׳איז פאקטיש איבערגעװאקסן׳ ארויס פון שטעטל׳ נאך מער פון דעמס השגות׳ געלאזט הינ־ טער זיך א פארגלױוערט שטיק געטא׳ א שאטן געשיכטע• דוד בערגעלסאן האט געפרובט עפנען א פענסטער׳ האט א זעץ געטאן מיט פוסט׳ אומעט און מאוס׳ אז ס׳איז קאלט און זויער געװארן (״ארום װאגזאל״). ער איז געקומען פון זיך׳

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.