Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 2
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 24 (sequence 34)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 67% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581353--102-9581387- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
״פראבלעמען׳/ ס׳װעט נאך קומען צו א משיח־אידעע(״שבתאי״ צבי״> צו אינטעליגענטישע װײען(״מערי״)* אבער קאנסקע־ װאליע זיצט דא רײטנדיג. דורך אלע גלגולים בלײבט דער קינסטלערישער קערן גאנץ: די פויערישע עראטיק״ דער ער״ װאס הורזשעט פאר דער זי״ אויבערגעװאלטיג^און פרימיטױו װי א ביאלאגיש געזעץ. װײכער״ פארטרוימטער אין דער קאמד ביגאציע נקבה־תורה(שרה־שבתאי־צבי). קבלה דארף קײן ערא־ טיק ניט אויםלײען (און דא האט מען שוין בא פרץ׳ן עפיס געקאנט געפונען). אבער דאס פײנסטע עראטיש־מיסטישע געװעב אין אזא אנגעצויגן־גײסטיגן משיח־ברען האבן געמוזט צוימען אפילו דעם װילדסטן נאטוראליסט. שרה מיט דער תורה אין האנט קאן ניט עפענען ס׳מויל אזוױוי אמארינען געשליפענע רעטאריק מוז דא רעספעקטירן דאס עסטעטישע װאוילגעהער. אבער שוין בא מערין פלאצט דאם• נאך לאנגע לאנג־ װײליגע װאגלענישן אין אנעץ פון דרײ דרעטלאך קומט מען װידער צום זכר־נקבה־פרימיטױו׳ צום ניהיליםט דעם מאלער בא דער פויערטע אין שויסן און דאס קינסטלערישע זאקא־ פאניע װעט אײך אנטפלעקן א בילד פון א װאלד־דארף באם װײכסל אין א שכורער װאנדע־נאכט• עסטעטן װעלן זיך פארן״ װי דער ער מיט דער זי הינטער אן אויסגעשטערנטן הימל. און מערי װעט דא אין דער לײב־ארגיע זוכען אן אויסלײז פאר דעם װאגלדיגן גײסט. דער זכר צוערשט׳ פארכלינעט מיט זכר. און זאל זײן אפילו אזא ײדישער ייה אזוי ארבע־כנפות׳דיג׳ װי ר׳ שלמה נגיד. שוין ברענט אין אים׳ נאך אײדער ער איז צום נסױן געקומען ן און ער דעמאגט דאס שוין גאט אין תפלה־לדרך• און באלז/ באם ערשטן קער איז שוין די נעץ פאר אים אפן• די שטילע בעל־הבית׳ישע טאכטער אין גאסטהויז װערט דא מיט א מאל אזוי פארפירעריש״ אזוי נקבה׳ש אנטבלויזט פון מײדל־צניעות״ אז איר שטוינט און מוזט אנהויבן צו קלערן׳ ניט אנדערש א גאטזאך״ דער ם׳ מ׳ אלײן שטעקט דא אין שפיל״ אונטערגעשטעלט לילית׳ן צו שטרויכלען א גאטס־ פארכטיגע נשמה. דאם מאל זאל דער יצר־טוב האבן איבער־ געשפארט. אזינד קעגן דער קינםטלערישער זכר־טראדיציע• דערפאר אבער נישט פארװיקלט אכשר בילד״ א גלאטע זאק־ ארבעט אין קײן נײעם געפערליכן פלאנטער. װער װײסט׳ װי דאס װאלט נאך אױםגעזעהף אבער דער גארער עפיזאד׳ װאס רײן־קאנסטרוקטױו שפארט ער ארויס אזוי פרטימ׳דיק און איבעריג פון א װײטער פער־ ספעקטױו אין א לעבנססיסטעם פון א פרומעם דור׳ אזױװי א פליג אויף א פײזאזש׳ - װאם פאר אן אנצוהערעניש פארן מאלערס אויג פאר מענש־און־װעלט־באנעמען! אין 20 יאר ארום װי גאר בײם אנהויבן נאך אלע װאג־ לענישן און פראבלעמען קומט קאנסקעװאליע װידער צום שמײסער׳ צו ״מאטקע גנב״׳ צום פארצאפלטן ער. א ײנגל־ א קינד װערט מיט אמאל פארברעכעריש־רײף (אין העלן טאג אין פרײעם פעלד)׳ פרעסט זיך אײן מיט זכר אין אומרײף מײדלקינד׳ אין אלע קעמערלאך פון איר װעזן׳ אזוױוי א װירבלשטויב צעגליט זאמד (דאס זאל זײן אנקמה דער גוטער געזעלשאפט פאר אירע סאציאלע זינד). א געשיכטע פון מעטער־ױנגען׳ נקבות׳ אלפאנסן׳ פארקױפטע טענצערינם׳ פריש און נײ׳ גאר נישט דאס װעקסן׳ פילאזאפיש װעלטל מיט דער רוחנױת־שײנקײט׳ װאם באם פריץ. די גרעסטע קונץ -׳ װאם א חן האט זיך דא אויםגעגאסן אויף לײב און לעב. עפיס האט דא אין שטעטל געשמעקט מיט דארף׳ קערנדיג און קרעפטיג. דא האט געשפארט מיט רחבות׳ מיט געמיט בא לײביגע ײדן מיט בערד׳ װאס האבן מגושם דרך ארץ פאר תורה און פארן גערגעלע׳ אזוױוי פויערים פאר דער סװענטא־מאריע׳ און פארקוקן זיך אויף א הויכן בוזעם• אזוי קאמיש זעהט דא אויס דאס גערגעלע׳ מיטן אטעם אװעקצו־ בלאזןו דא מוז דאס אויך אויסזעהן גופיגער׳ דער רבי - שטארק און ברײט׳ דאס עלוי־ױנגל - רויט־באקיג׳ און צעפלאסענע פאות זײנען דא א שטיק לײב. אבער דער עיקר - דער װאוילער ױנג׳ דער שמײסער! דאס געיעג נאך טויבן און געשלעג מיט שקצים? און מארינע׳ װאס מ׳שינדט זי מיט א בײטש׳ און באם ערשטן װינק איז זי נאך אויפן בוידעם ן דא האט שוין געשפארט דער צערײצטער זכר׳ אשטיק קאנסקע־ װאליער פאפאס• דער שמײסער - דאס איז א לײבליכער ברודער׳ אשטיק אײגנס. ער האט אסך גלגולים? - דאס װיכטיגסטע אבער בלײבט -׳ די שטענדיגע אנגעשטאלטקײט. דא באנעמט מען ניט מיטן קאפ און מ׳װארגט זיך מיט א װארט: מוסקולן און גלידער האבן דא די פונקציע צו דײנקען און צו פילן אויך׳ צו ארבעטן פארן מוח און פארן הארצן. א געמיש פון סענ־ טימענט און רוי׳ פון לעצט־פארגרעבט און נאאױוער פארכט פאר גײםטיגקײט׳ פון מאנסביל און קינד♦ אזא אײנער׳ צעהרג׳עט פון גוײשע שטעקנס׳ שפילט זיך אפ מיט א טײבעלע׳ טוליעט דאם װי א קינד אין בוזעם און מיטן לעצטן אטעם פליקט ער דעם אפ דאם קעפל און פאלט טויט אהן א קרעכץ׳ אזוױוי אמדבר־ריז. אבער מגושם און מאנסביל. דער לאזט זיך הערן און פילן בא יעדער געלעגנהײט. בא נאאױו־אידילישע שמײסערס אזוי גוט װי בא יענקל שאבשאװיטש. יענקל שאבשא־ װיטשעם יידישקײט איז רײנע עבודה־זרה. די ספר־תורה איז דא דאסזעלבע׳ װי די איקאנע באם פויער♦ ײדישקײט - איז אנצוטאפן מיט די הענט -׳ אנדערש זעהט ער דאס ניט, באנעמט ניט• אפגענארט זיך -, איז אויס מיט גאט און אװעק זײן ״תורה״׳ אזוױוי א נעגער ערגיץ אין צענטראל־אפריקע שמײסט און שלײדערט אין אהונגער־יאר דעם הילצערנעם געץ. די דאזיגע סביבה׳ אזוי אײגן און פארשטאנדיג׳ זאל דאס איצט קומען צום װארט? דאם׳ װאס ם׳װארגטאון ס׳ארט: לײדנשאפט און געקרײנקט געפיל׳ טרוים און אפגענארט• דאס בינדל הײזלאך׳ גאסנמײדלאך׳ אלפאנסן - דאס איז ניט סתם אײנע א מיגלאכע קאמבינאציע צו אנטפלעקן די אנטיטעזע רײן און פארשװעכט׳ - אויסצושײלן די דראמע׳ - טרוים און אפגענארטע רײניגקײט אין א זינדיגן זומפ -׳ דאס איז די אײנציגע רעאלע סיטואציע פאר קאנסקעװאליע. װארום אלץ מוז דא זײן קערנלײביג׳ גראב־ממשות׳ מיט די הענט אנ־ צוטאפן׳ - לעצטגעפאלן װי הײליג. טיפערע גײסטיגע קאנ־ פליקטן אהן דער רוי־מגושמדיגקײט זכר־נקבה איז דא קײן רעאליטעט ניט• װארום מיר שטײען דא בא א אינםטינקטן־ לעבן׳ װאס קומט צו ליטעראטור. שטורמדיגע יארן און שרײבערשער נײגיר װעלן נאך ארויס־ פירן אויף דער װעלטן אין װעג װעט מען זיך טרעפן מיט