Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 47 (sequence 64)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--066-9581351- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
קײט״ צוגעקנעפעלטקײט, װאס איז מבטל דעם גוף אינם ים פון בגדים און פארהײליגט אים דערמיט װאס זי פארשפארט דעם װעג צו אים׳ װאס זי פארװערט דעם אויג א קוק טון- דעם אויער א הער טון - בעת די נשמה איז אנגעזאפט מיט אנצוהערענישן אויף משיח׳ גאולה״ געטליכקײט און ברידער־ ליכקײט״ א מעין מלכות שדי/ אװעקגעשטעלט״ װי עס װײזט אויס׳ אויף אײביג אין די זומפן״ אין דער בלאטע פון די אונ־ גארישע׳ פוילישע״ אוקרײנישע שטעטלאך• אט די דאזיגע אמת־משונה׳דיגע* הפלא־ופלאדיגע עטנא־ גראפיע האבן די פראנצויזן אנטפלעקט פאר זיך און באשריבן פאר דעם פראנצויזישן פובליקום׳ װאס האט מיט נײגעריג־ קײט און אפשר מיט נאך עפעס א טיפערן אינטערעס גענומען לײנען די דאזיגע ביכער פון די ברידער טארא און אויסגע־ לײנט ביז אן ערך אכט־און־פערציג אױםגאבן• און אט שטײען די פראנצויזן און חדוש׳ן זיך איבער דעם רוחנױת׳דיגן בית־ המקדש״ װאס איז אויסגעבויט אין דער בלאטע* אינ׳ם אונ־ אויסשעפליכן שמוץ-װארים אויך דעם שמוץ פונם חסידי׳שן געמויזעכץ פארגעסן נישט די פראנצויזן צו באשרײבן ובנשימה אחת דערצײלן זײ װי מען כאפט בײ אידן געדאנקען אדער - לײה זיך אננעמענדיג פארן שפיץ בערדל - און זײ פיהלן די גאוה פון אנטפלעקער: עפעס א שבט פון דעם פאלק האבן זײ געפונעך װאס פארגיט אזא מורא׳דיגע רעטעניש דער װעלט״ זײ האבן אנגעטאפט דעם דופק בײ דעם פאלק״ װאס װאוינט כלומר׳שט צװישן אלעמך אבער לעבט אין דער אמת׳ן אלײן״ אפגעזונדערט פון אלע פעלקער- װאס ארבעט און ױם־טוב׳ט אויף זײן באזונדערן שטײגער- װאס לעבט אויף ד ע ר װעלט מיט א כונה צו י ע נ ער װעלט און פאר־ שטײט עפעס אזוי אנצושטרײנגען זײן התפעלות און זײן התלהבות״ אז סע חלומ׳ט אוף דער װאר און באנעמט די פא־ םירונגען פון דער װעלט נישט פשוט״ נאר מיט פירושים און רמזים׳ דאס איז דאס פאלק> װאס האט ביז צום הײנטיגן טאג ניט אנגעװארן די בײנקשאפט צו נסים- ניט אנגעװארן דעם בטחון/ אז נסים װעלן פאר אים געשעהן - לשנה הבאד־ן בירושלים \ - אט טאקי דאס קומענדיגע יאר- אט טאקי בא־ שײנפעדלין/ מען זאל דעם נס קאנען אנטאפן מיט דער האנט. װארים ישראל איז אויסגעקליבן געװארן און דער אויבערשטער האט מיט אים אפיר גאר א הויכן מײן/ אויב ניט די טיפסטע כונה פון י דער װעלט־געשיכטע. און דערצײלענדיג אין א פשוט׳ן ספור המעשה װעגן די מנהגים און כונות פונם אױם־ טערלישן פאלק. האבן זײ פאר זיך קלאר געמאכט דעם סוד פון זײן עקזיסטענץ״ דער פירוש פון זײנע מאדנע העוױת״ פון זײן בטחון און זײן חוצפה און דער עיקר זײן עקשנות. װארום די גאנצע אײביגקײט פונם אידישן פאלק איז דאך נישט מער װי אן עקשנות• צי איז דען ניט קלאר. אז מענשן װאס קענען אויף אװי װײט זיך אויסטון און אפזונדערן פון דער װעלט װי דער סופר פון בעלז (דער העלד פון א!ס-ו0 *1 סחאלז״ס/!) דארפן פאר דער װעלט נישט מורא האבןל און גובר זײן די תאװת פון דער װעלט באטײט גובר זײן די װעלט״ באטײט לעבן אײביג. אטדאס איז דער סוד פון דער אידישער אײביגקײט און אויך פון דער אידישער גאוה• װילט איר װיסן״ פון װאנען סע נעמט זיך די אידישע גאוה״ װאס װירקט אזוי נישט אנגענעם אין א פאריז׳ צי א בערלין צװײ פראנצויזישע שרײבער־אנטיסעמיטן״ געפירט פונם אינטערעס׳ װאס סע קאן ארײנגעבן די ליבע אד ^ר די שנאה״ האבן געװאלט דערגײן ביז צום סוף און ארויסגעפינען דעם עצם׳ דעם מהות פון זײער שונא• זיך צוקוקענדיג צו זײערע אײגענע פראנצויזישע אידן׳ זײנען זײ געװארן פול מיט אנ־ טיסעמיטישן אומצוטרוי: עפיס איז זײ דארטן אויסגעקומען ניט גאר גלאט׳ און מיט דער שארפקײט פון שנאה־אינסטינקט האבן זײ דערפיהלט דעם געניאליש־קונצענמאכערישן אנשטעל׳ דעם װעלט־היסטארישן מאסקאראד׳ װאס די פראנצויזישע אידן האבן אינסצענירט פאר זיך און פאר דער װעלט• זײ זײנען געװען איבערצײגט״ אז אידן זײנען אן אריגינאליש אפגעזונדערט פאלק׳ אז נישט קוקענדיג אויף אלע גלײכמא־ כערישע הלבשות״ אלע מאםקעס פון דער אײראפעאישער צױויליזאציע שטעקט אין זײ עפעס אויסטערלישעס״ װאס שײדט זײ און קלויבט זײ אפ פון אלעמען׳ צום גוטן און צום בײזן - נאר װען און װאו קאן מען דאס דערזעהן אהן שום איבערגעשפיצטע ראױת און לאנגע פירושיםל אודאי נישט אין פראנקרײך. און אונזערע ברידער האבן זיך געלאזט גײן און זוכן איבער דער װעלט דעם ארט און קװאל פון ״רײנעם אידישקײט׳/ װאס איז אפגעהיט פון צונויפמישעכץ״ און - יגעת ומצאת-זײער שנאה איז געװען אן ערליכע (אן עקרה איז נאר די אומערליכע שנאד,!) און דעריבער איז זײער אויפמערקזאמקײט געװען אן ערנסטע און זי איז באלוינט געװארן: אין אונגארן/ פוילן און אוקרײנע האבן זײ געפונען דאס׳ װאס זײ האבן געזוכט. צװישן די בערג פון די קארפאטן/ אין די אונגארישע און פוילישע װעלדער און פעלדער ליגן צעװארפן אויף שײדװעגן צלמים פון שװארצן בלעך״ אויף װעלכע נישט געניטע״ תמימות׳דיגע קינסטלער־הענט האבן אויסגעמאלט קריםטוס־ בילדער. בלײך זײנען די פארבן״ פון.רעגענס פארװאםערט״ און שװארץ איז דאס בלוט״ װאס רינט ארוים פונם קערפער״ װאו דער שפיז האט דערגרײכט. אין שאטן פון די צלמים האבן זיך באזעצט פון אלטע״ אוראלטע צײטן - אידן. אויפגעבויט ישובים מיט ידיבוח, הײליגע קהלות״ אן אמת׳ע מדלכת־כהנים״ װאס איז מבטל די ד א ז י ג ע װעלט און איז מכװן אלצדינג צו דער ק ו מ ע נ ־ ד י ג ע ר װעלט״ װאס איז מתקן דאס גשמױת ביז צו דער בחינה פון רוחנױת״ װאו מען ״שטײט שטענדיג פאר גאט״ און אלצדינג״ װאס מען טוט - עסן״ טרינקן״ שלאפן און אנ־ דערע זאכן - טוט מען עס פון זײן ליבן נאמען װעגן״ - אן אויסטערליש טשיקאװער לעבנשטײגער״ א מלכות שדי״ - ״ס ״סזס ©1> ©ת״ז^סןז״ אויסגעבויט אין מיטן שװארץ־טומאה״ צװישן װילדע קאזאקן״ װאס זינגען פארשײטע לידער פון סטענקא ראזין און חצופישע שיקסעס״ װאס די קאלירן פון זײערע קלײדלעך ברענען אזוי װי זײערע תאװת. אין מיטן אט דער פרײליכער״ לוסטיגער״ לעבעדיגער און לײכטזיניגער װעלט מיט אירע טויזנט קאלירן האט זיך ארײגגעשניטן אײן אײנציגער שװארצער ערנסטער קאליר פון דער חםידי־ שער אטלאסענער קאפאטע״ אויף דעם פלאך פון דער גויעשער נאקעטקײט האט זיך בולט אויסגעטײלט די אידישע אנגע־ טונקײט - מיטן בארד און פאות״ מיט דעם שטרײמעל- און מיט דער יארמולקע אונטערן שטרײמעל״ מיט דער צוגעדעקט־