Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 48

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 48 (sequence 65)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
78% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--067-9581352
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

דערונג. אז מען פרעגט זײ ורעגן זײער יחום״ טענה׳ן זײ אין אײן קול: מיר זײנען פראנצויזן. מיט אלע פראנצויזן גלײך. נאר אט שטעלט זיך אפ אויף זײ די אויפמערקזאמקײט פון שונא און עקבערט זײ און זיך מיט דער אײגענער שאלה: פון װאנען נעמען זיך אט די אריגינאלישע טיפן מיטן באזונדערן ברען אין די אויגן״ מיטן אריגינאלישן קנײטש פונם מוח- װאס מאכט אפט פאר זײ ציטערן - און דער שונא גײט זוכן אײ בער דער װעלט און געפינט דעם שורש פון ״זײנע״ פאריזער אידן אין די אידן פון די קלײנע שטעטלאך פון מזרח־אײראפע; מער נישט אײן חילוק פאראן- נאר דער דאזיגער חילוק קלעקט אויף פארשרײבן די מענשן צום טויט״ צי צום לעבן: דער פאריזער הערט נישט״ אז מען זאגט צו אים שמע ישראל י ער הערט שוין נישט אויף דעם קול פון זײן ״איך״... עס איז נויטיג געװען א שטארקע אינטואיציע. כדי אינם טויבן שװײגן פון די פאריזער אידן דערהערן דעם דערשטיקטן קול פון דער אידישער אײגענארטיגער געשיכטע. און זיך לאזנדיג גײן נאך דעם דאזיגן קול דערבלאנדזשען ביז צו דער חסידישער נגינד,. ניט פארשטײענדיג די שפראך. ניט װיסנ־ דיג דעם פירוש המלות האבן זײ אין די באװעגונגען, אין דעם הלוך דערפיהלט דעם לעבענשטײגעו/ דערשמעקט דעם אויר פון דער סביבה. צײטנװײז אפילו די נשמה פון דער חםידי־ שער װעלט און באשריבן דעם שבת און די װאך. דעם קודש און דעם חול״ װאס זײנען דארט אזוי אויסטערליש אויסגעמישט^ אז די גרעניצן װערן כמעט װי נעלם• אט פאר דער דאזיגער אמת־פראנצויזישער אינטואיציע, פאר דעם קוק מיט, דער נשמה אין דער נשמה, פאר דעם, װאס זײ האבן אונז^װידעד א מאל געגעבן די מעגליכקײט צו באפרידיגן דאם באדערפע־ ניש פון יעדן זעלבסט־באװאוסטזײן אין *שפיגלען זיך״ - קומט די ברידער טארא אן אידישער ײשר כח• און דערװעקט דארט דעם אנטיסעמיטיזם. טא גײט זײט מוחל צו די פוילישע. אונגארישע. אוקרײנישע אידן און קוקט זיך צו צו דער גדלות אין דער שפלות. באנעמט דעם לעבעדיגף גאר װי אין מיטלאלטער• אתה־בחרתנו־געפיהל. װאס מאכט גלויבן דעם איד/ אז ער איז די כונה פון דער בריאה און פון דער װעלט־געשיכטע. קוקט זיך צו צו די קהלות קדושות. װאו סע קיניגן אין די הויפן די רבײם מיט די ברענענדיגע אויגן• װאו סע זיצן אײנגבויגן די סופרים איבערן הײליגן פארמעט און זײנען זיך טובל יעדעס מאל אײדער זײ גרײטן זיך אויםשרײבן דעם שם הויה״ און איר װעט פארשטײף פארװאס אלצדינג ארום זײ אין אײנעם מיט זײערע שונאים - קאזאקן׳ פאגראמ־ שטשיקעס׳ פארשײטע שקצים - דארפן בטל װערן׳ װי א כלי זין װערט בטל אין דער האנט׳ אין דער כונה פונם באשעפער• אט אזוי זײנען אונזערע פראנצויזן ארויסגעגאנגען װי בלעם בשעתו מיטן מײן צו שעלטן אידן און האבן זיך אומ־ געקערט אהײם שיער נישט מיט א ברכה אויף די לעפצן. די חסידות האט זײ מגײר געװען. און נישט מײנט׳ אז זײ האבן אנגעשריבן א הלל אויף אידן. נײן׳ זײער אנטיסעמיטישער אפשטאם פיהלט זיך נאך אין די ביכער׳ זײ האבן פונם פרי־ הערדיגן גלגול אריבערגענומען א פולע אינם איצטיגן גלגול׳ זײ זײנען נאך אלעמען פארבליבן נישט מעהר׳ װי חסידי אומות העולם׳ און פון צײט צו צײט באװײזט זיך צװישן די שורות דער אנטיסעמיטישער געדאנק׳ אנטפלעקט זיך די אנטיסעמיטישע שטימונג׳ נאר טאקע צוליב דעם איז זיך נאך מעהר צו חדושן איבער דעם אויסטערלישן זװג׳ װאס דא איז באשאפן געװארן פון שנאה און אכטונג׳ פון פײנטליכער נײגיריקײט און דעם חשק צו װיסן׳ צו דערגײן דעם אמת׳ אין פאריז לעבן די מענדעס׳ די בערנארס׳ די לעװיס װאס דערװעקן צו זיך קנאה׳ שגאה און פײנטליכע פארװאונ־ װ• לאצקי־בערטאלדי 9• €6* 1••* 48

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.