Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 46 (sequence 63)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 73% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--065-9581350- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
חסידות און אבטיסעמיטיזם ■* י געדאנקען װעגן לי ביכער: 0160 ס1) סתזתתעסמ ת11 און א1סת0 ©6 6ז<1תו0'.1 ״מלכות שמים״ און ״דער שאטן פון צלם״ פאר ערליכע אנטיסעמיטן חוזר בתשובה זײן און געפינען א װעג פון שלום מיט אידן און אידישקײט. זי האט זײ באוױזן דעם אידישן סטיל/ די אידישע גאנצקײט און ארגינאלישקײט און זײ האבן דערפיהלט׳ אז זײער אנטיסעמיטיזם איז געװען א פראװינציאליזם/ װאס האט געשװעבט אויף דער פלאך פונם לעבך נישט דערגרײכענדיג ביז צו זײגע טיפענישן. אז ער האט זיך געשפײזט מיט גאר נאהענטע פײנדשאפטן״ מיט דער קנאה צו דער קאנקורענץ פון אידישן אסימילירטן בירגער־ קלאס• די ערליכע אנטיסעמיטן האבן דערפיהלט״ אז דאס קע־ רענדל אמת״ װאס איז פאראן אין אנטיםעמיטיזם - דאם אנ־ װײזן אויף די אײביגקײטס־שטריכן פון אידישן פאלקס־כא־ ראקטער״ אויף דער פחדגישער אידישער מימיקרי״ די היס־ טארישע״ װי דער גלות לאנגע שפיל אין באהעלטעניש״ דאם פארגראבן פון דער אידישער נאציאנאלער פערזענליכקײט אונטער פארשײדענע מאסקעם״ װי רעליגיע״ ליבעראליזבמ״ קאסמאפאליטיזם״ סאציאליזם״ װעלט־פאליטיק״ װעלט־ליטערא־ טור און דער עיקר װעלט־זשורנאליסטיק״ װאם איז געװארן דאס גרויסע אנאנימע פאטערלאנד פאר אלע ״פאטערלאנדס־ לאזע״״ פאר אלע צעזײטע און צעשפרײטע״ פארשטויםענע און פארטריבענע (אמתע ליטעראטור״ אמתע קונסט טויג נישט שטענדיג פאר א מאסקע״ װײל אן אמתער ליטעראט״ ניט קײן זשורנאליםט״ מוז אפט מודה זײן אין זײן אידישקײט צוליב דעם באדערפעניש פונם טאלענט אין אויפריכטיגקײט) - אט דאס דאזיגע קערנדל אמת״ װאס איז פאראן אין אנטיםעמי־ טיזם און װאם דערװעקט אינם איד דאס קינסטליך פארשלע־ פערטע איך־באװאוסטזײן״ געפינט זײן מאראלישע בארעכטי־ גוננ ערשט דענסטמאל״ װען די קריטיק קומט פון איגװײניג״ פון עמיצן״ װאם קאן ארײנקוקן אין תוך און מאכן פון דער פײנדליכער קריטיק א כלי זין פארן אפשאצן אינעװײניגסטע אידישע באציהונגען״ פארשײדענע אידישע קולטור־פארמא־ ציעס״ מיט אײן װארט״ װען די קריטיק - דאס הײסט די שנאה - װערט אויםגעלײטערט דורך ליבע״ און די פאראכטונג װערט פארביטן מיט דרך־ארץ־געפילן. און דעם דאזיגן נס פון גלגול נשמות״ דאס איבערגעהן פון געפילן פון אײן בחינה צו דער העכערער״ באװײזט אונז װידער אמאל די חםידות אינם בײשפיל פון די ברידער זשעראם און זשאן טארא מיט זײערע צװײ ביכער ״מלכות שמים״ און ״דער שאטן פון צלם״. אונזער אידישקײט איז פארגלױוערט׳ אבער מיט חסידוהת קאן מען נאך מגײר זײן. והא ראיה: משכילים און פארשײטע אפקורסים האבן זיך אומגעקערט צו אידישקײט אויפן װעג פון דער חסידות. אונזער דור״ פון די לעצטע צענדליגער יארן״ פארמאגט גרויסע בעלי תשובה• אײנער פון די גרעסטע בנים שובבים״ װאס האבן זיך אומגעקערט צוריק אהײם״ איז געװען י• ל. פרץ: פון א מסית ומדיח״ פון א משכילישן פארפירער און פארשטרויכלער רחמנא לצלן״ איז ער מגולגל געװארן אין א עסטעטישן נביא פאר א גאנצער מחנה בני נביאים און האט געעפנט פאר אונזער ראדיקאלעו/ פרײ־גײסטינער און װעלט־ בירגערליכער אינטעליגענץ די שערי תשובה פון חסידישן ראמאנטיזם. ־ד ־־ און האבן מערב־אײראפעאישע אידן זיך פארבײנקט צו אידישקײט - נאך א פולע יארן בלאנדזשעניש צװישן פרעמ־ דע װײנגערטנער״ יארן פון קװיקעניש בײ די װאסערן פון בבל״ - האט װידער אמאל די חםידות געװיזן דעם װעג צוריק צו דעם אײגענעם ״איך״. מארטין בובער ױכיח• דאס איז קודם כל א פאקט״ אן ערשײנונג פון אונזער קולטור־לעבן״ און װי מען זאל זיך צו אים ניט באציהען״ װי מען זאל אים ניט אפשאצן״ װײזט ער בכל אופן אויף דעם נפשות־באשאפענדיגן כח״ װאס האט זיך פלוצים אנטפלעקט אינם אידישקײט צוליב דער חםידות. מיט דער שפע פון אירע כונות״ מיט דעם ברען פון איר התלהבות״ מיט דעם ברײטן הארץ״ װאס איז צובראכן און פרײליך אין אײן צײט״ - אט מיט דער מצוה פון אלע מצװת״ װאס שטעהט בײ דעם טויער פון יעדן אמת׳ן גלויבן״ דעם רחמנא לבא בעי״ האט די חסידות באפרײט דאס אידישקײט פון זײן התבודדות״ אין װעלכן עם איז ארײנגעפאלן צוליב דעם לאנגען גלות־אפריכטן״ און דאס אידישקײט האט װידער אמאל אנגעהויבן אריבערגײן איבער די ברעגעס און פארפלײצן נשמות - דער אמתער סימן פון אויפלעבענדיגן גלויבן• דאס און נאך עפעס. נישט נאר פארפרעמדעטע״ נאר אויך לחלוטין פרעמדע״ - נישט נאר אפגעריסענע אברים פוננבפ אידישן גוף האבן זיך װידער באהעפט מיט אים צוליב דער חסידישער התלהבות און דבקות״ נאר אפילו אמתע גוײם האבן זיך דערנעהנטערט צו אידישקײט צוליב דער חסידות. און נאך א טריט װײטער• די חסידות האט געגעבן די מעגליכקײט 46