Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 41 (sequence 58)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--060-9581345- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
אלע קעמערלאך. װאס זױפן אײן און ברעכן אויס און... זיך פארכלױנעט: ״דאס רעדט מיט אײך איך. עקראן! טאשמעס פון סאמיט אין ראמען געגילטע האבן לאנג מיך געהאלטן געקאװעט. באצירטע מחיצה׳ס. װענט און צאמען האבן אונז שטענדיג געזונדערט. און רוף מײנעם העלן האט מען פארביטן מיט קרומע געשרײען פון שילדן... [א. קושניראװ] און ס׳זײנען זיך צוגאנגען װענט. ״אויס דעכער. אוים צילן׳ אויס תקופוית• פון צײט צו צײט קומט נאך אלץ מאנען זײן חוב דער נעכטן - דער אלטער פעטער קומט צופארן מיט די טויטע פארן. ער פארט ״אויף די ירידים״... פארט מײן פעטער. טראגט זיך אום אין אן אלטער תיבה אויף א קאלאמוטנע ים. ...חױת עופות פארךװײז טויטע אין דער תיבה• [ל• קװיטקא]. א פארמענט־געלינקע נשמה מאכט אלע מאל א נײע אנ־ שטרענגונג אויף עפנען דאס מויל• זי אלז שוין כלומר׳שט קײנער נישט און איז ״אלע״- זי איז אינ׳ם דיכטער אלײן... לאכט דעם דיכטערס שטורם און טרײבט ארויס פון זיך דעם דיבוק - טרײבט פון זיך דאס אלטע מתושלח מענשל מיטן זכרוין פון א גאט צי פון א קנעכט - דעם אײביג ניכטערן זכרון: נו געװען איז אמאל אין מײן לאנד׳ אין גרינעם און טאליגן װינקל אין גליל, נו געװען איז א אידישע מאמע און געהאט האט א קינד. און פון קינד איז געװארן א מאן מיט שאפענע גלויביגע אויגן. ... איז ביז װאנען קעגן הימלשן חלל אויף קלויסטערישע שפיצן װעלן גאלדענע פאסן זיך קרײצןי און האט דארט א צװײטער געקלונגן אין בלינדן און ניכטערן בוזעם מיט דרײםיג מיט זילבעריע שטיק .. . [ד• האפשטײן] מיט מײן ארטיקל בין איך ניט אויסן קײנעם איבערצײגן אדער דערװײזך נאך וױנציגער - קריטיקירן. מײן אויפ־ גאבע איז נאר אנװײזן׳ אויפמערקזאם מאכן׳ גיבן א געשרײ. אז מע זאל זיך אומקוקן• און זאל זײן׳ אז פון מײן געשיײ װעט ארוים ניט מער׳ וױ א גרילץ׳ װעט ער דאך לעכערן עמיצנס א טויבן אויער. װיכטיג איז נאר׳ אז אינ׳ם גרילץ זאל זיך פילן דער ױם־טוב׳דיגעד אטעם פון מאמענט• איך רעד מכח דעם װאס די ױנגע און ױנגםטע ײדישע דיכטער אין רוסלאנד האבן מיט שטורם גענומען די פעסטונג פון דער פארעלטערטער ױדישער׳ קריטיק און זײנען ארוים פרײע׳ אן שום אפשײ פאר׳ן אויפציערישן קריטישן אױג. איך שטעל דעם טראפ אויפ׳ן א ו י ם צ י ע ר י ש ן ׳ װי אויף דער הויפט־מכה׳ מיט װעלכער די קונסט־קריטיק איז געשלאגן• זי האט זיך קײנמאל נישט געקענט באגניגענען מיט ״מה נאה אילן זה״׳ און זאל דער בוים װאקסן׳ װי אים װאקסט זיך - גלײך׳ קרום׳ אבי ער זאל א בוים זײן (און אין קרומקײט איז דאך אפט פאראן יענע גרויסע אונמיטעל־ בארע שײנקײט׳ װאס פעהלט אזוי שטארק דעם םימעטרישן און גלײכן). זי האט אויף אלעמען געמאסטן איר יחידיש קלײד און האט געדריקט׳ געדריקט׳ שאבלאניזירט• און זאל־1 זי איצט שרײען מיט קוילי־קוילוית׳ אז זי באמערקט נישט דאס געשעהענע׳ אז זי ״שװײגט״ מחמת גאוה׳ װעלען אירע געשרײ־ ען דאך פארטיליגט װערן אונטערן קארגעזאנג פון א גאנצן דור נײע גליקליך־פרײע זינגער• איך ברענג דא װייטר אין מײן נאטיץ ס׳רוב מליצה׳דיגע פראזן׳ רעטאריק׳ ױנגע ברויזנדיגע שורוית און דאך איז אין זײ פאראן עפעס מער װי דיכטונג... ס׳איז נישט דער פאר־ װעלקטער אײנצלנער מיט זײן יחידישער װײטיג־שטימע• עם רעדט א רבים׳ א שליח־צבור. א גאנצער דויר האט א קוש געטון די כװאליס פון גרויסן אומפארמײדליכן חורבן אײדער ער האט זיך אװעקגעלאזן אויף זײ אומקומען און שװימען. דער דור האט זיך אויף אײביג געזעגנט מיט רוהיגע ברעגן: ״פאר ױגנט פארשײטער און דרײסטער׳ װאס האט אירע האפנס אויף שיפן פון אומזין פארביטן׳ װאס דענקט נישט און װײסט נישט פון זיכערע׳ רוהיגע ברעגן׳ - װאס טױגן ערפארונגען און װיסץ פון אלטע געמאסטענע װעגן...״ [א. קושניראװ] און הפקר׳ הפקר׳ װי דער מלליאנען־קראך פון אלע אומ־ געקומענע יחידישע װעלטן׳ האט דאס נײע ליד א שאט געטון מיט נײן מאס רײד׳ געעפנט בײ זיך אלע אדערן און נערװן׳ 41