Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 40 (sequence 57)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--059-9581344- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
בײז נישט אינ׳ם געפיל און אין דער גלוסטעניש/ אויב זײ זײנען אין זײנע אויגן אומשולדיגע ארויסװײזונגען פון דער מענשליכער נשמה״ זעהט שוין בודדא דא גופא די רעכטע װארצלען פון אל דעם בײז און אל די צרותי װארום דער געפיל און די גלוסטעניש זײנען בטבע אזוי באשאפן״ אז זײ ציהען אלצדינג ארײן אין די גרעניצן פון יענעם ארט׳ אין װעלכן זײ געפינען זיך ד.ה• אין די גרעניצן פון יענעם ארט, וועלכן דאס פילענדיגע באשעפעניש פארנעמט איטליכם מאל אינ׳ם וועלט־שטח. יענע נטיה צו זיך און טאקע דוקא צו זיך אלײך פאר װעלכע לאאטצע האט זיך אזוי געשראקן און פאר װעלכע ער האט אזוי מתרה געװען - זי ליגט שוין אין איטליכן נאטירליכן/ לכתחילה׳דיגן געפי?־1. בודדא פסל׳ט מהאי טעמא איטליכן לעבנסגעפיל סײ נאטיר־ ליף סײ אומנאטירליך סײ פול מיט צער. סײ פול מיט פרײד׳ און פארשטײט זיך אויך איטליכן װילנס־אימפעט. װעלכער װאקסט ארויס אויף דער קרקע פון דעם דאזיגן לעבענסגפיל• עס איז אבער פאראן אײן אײנציגער תנאמ װאו בודדא געפינט׳ אז א מענשליכער װילנסאימפעט איז גאר א הויכער ענין און גײט אויף דעם ריכטיגען װעג. דעם דרך האמת: װען ער סטא־ רעט זיך אויסצװוארצלען איטליכן געפיל׳ איטליכן אינסטינקט. איטליכע גלוסטעניש. איטליכן גידאנק. איטליכע פארשטעלונג - איטליכע אנטפלעקונג פונ׳ם לעבן און פונ׳ם זײן בכלל. נאר פאר זיך אלײן. מען זאל זיך איבערגיבן מיט א צוטרוי צום רשות פון זײנע דרך־הטבע׳דיגע אינסטינקטן״ גלוסטע־ נישן און געפילן״ װעלכע זענען בטבע נישט פארדארבן און קאנען עס נישט זײן״ װארום זײ װאקםן דאך ארויס פון דער נשמה מיט דעמזעלביגן מוז װי די צװײגלעך פונ׳ם בוים״ און דער דאזיגער מוז קאן בטבע נישט שלעכט זײן״ אבער מען זאל זיך היטן פאר אינסטינקטן״ גלוסטענישן און געפיל־ין״ װעלכע װילן װאם נישט איז פאר זיך״ און טאקע נאר פאר זיך אלײן״ װעלכע װאלטן װעלן דעם איך װי נישט איז פאר־ פעסטיגן״ פארװארצלען און פאראײביגן״ װעלכע װילן נישט אנדערש װאס נישט איז ארײנציהען אין די גרעניצן און אין דער סביבה פונ׳ם באװאוסטזיניגן איך. מע זאל ארויםשטראלן לעבן אין אלע זײטן״ אבער מע זאל זיך נישט סטארען מצמצם צו זײן די לעבנסשטראלען אויף זיך גופא. באזונדער פאר־ מיאוסט אין די אויגן לאאטצע׳ם איז דער אזוי אנגערופענער פרײער װילן מיט זײנע פנױת״ כונות און צילן. און דא ליגט דער עיקר־פינטעלע פון דער גאנצער פראגע: לאאטצע פסל׳ט די טעטיגקײט פון דעם אזוי אנגערופענעם פרײען װילן״ און די פעולות״ װעלכע דער דאזיגער װײזט ארױס אױף זײן סביבה• לאמיר צום סוף נאך אמאל באטראכטן די נפקא־מינד־ז צװישן לאאטצע׳ן און בודדא׳ן: בודדא איז לאגיש אויסגע־ האלטענער און שרעקליכער. אויב לאאטצע געפינט קײן שום