Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 39

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 39 (sequence 56)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--058-9581343
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ארויסװײזןז קעגן דעם פארװארפט לאאטצע נאר דאס לעבן פוץ דעמ יחידישן באװאוסטזײן און דעם יחידישן רצוץ. בוד־ דא איז ממש אנגעזאפט פון א גארן פעסימיזם. פון א מרד־ז־ שחורה׳דיגער באציהונג צום לעבן און צום זײן. לאאטצע אבער װײזט ארויס קלארע סמנים פון א היבש ביסל אפטימיזבם- פון א צופרידנקײט מיטץ לעבן און מיט׳ן זײן בכלל• און נישט קוקנדיג אויף דערויף איז דאך פאראן אײן אײנציגער פרט. װאו די דאזיגע בײדע דענקער־חכמים קומען זיך צונויף: די מעשה דערפון איז. װאס פארמיאוסנדיג דעם באװאוסטזיניגן מאמענט קומט לאאטצע ממילא צו א צו הױכער אפשאצונג פון דער אומבאװאוסטזיניגקײט׳ און הױת װי דער תחום פון אומבאװאוסטזיניגקײט איז פאר דער מענשליכער נשמה *א לײדיגער פלאץ״װאס איז זעהר ענליך צום ניש^ז־זײן״ איז פון דאנעט נאר אײן אײנציגער טראט ביז צו יענער אנשאויאוגג פון בודדא׳ן לויט װעלכער דער בטול היש״ דער גארער נישט זײן איז אהן אנ׳ערך חשובער אײדער דער זײן. און אזוי ארום זעהען מיר אז די דאזיגע גאנצע פילאזאפיע פונ׳ם טיפן מזרח איז אויסן אבצושװאכן מיט אלע מיטלען דעם אזוי בולט׳ן און שארפן װידעראנאגד״ דעם אזוי בולט׳ן און שארפן חלוק צװישן באװאוםטזיניגקײט און אומבאװאוסט־ זיניגקײט״ אדער ריכטיגער געזאגט. נישט דעבמ חלוק צװישן באװאוסטלאזיגקײט און אומבאװאוסטלאזיגקײט בכלל נאר דעם צװישן דער אומבאװאוסטלאזיגקײט און דעם מענשליכן איך״ צװישן דעם באװאוסטזיניגן מענשליכן איך און דעם אומ־ באװאוסטזיניגן איך פון דער כלל־נאטור״ פון דער בריאה׳ אדער א ביסל פילאזאפישער און צוגעמאסטענער צום אינװײניגסטן מײן פון דעם גאנצן ענין: די גאנצע פילאזאפיע פונ׳ם טיפן מזרח איז אויסן אבצושװאכן דעם װידעראנאנד צװישן דעם איך פון דער מענשליכער נשמד,. װעלכן איטליכער פון אונז פילט בחוש״ און יענעם איך פון דער כלל־נאטור אדער דעם יסוד פון דער בריאה״ װעלכער געפינט זיך מחוץ פון די מענשליכע חושים. על כל פנים פארװארפן זײ בײדע די מענשליכע פאר־ זענליכקײט און דעם דופק פון דער דאזיגער פארזענליכקײט״ דעם באװאוסטזיניגן איך׳ יענע מאדנע־אומגעלופערטע חיה מיט איהרע גענג פון א שפין״ מיט איהרע טויזנט ארעמס- װאס קאן קײנמאל נישט זאט װערן״ װאס װאלט װעלן משונה׳־ דיגער־װײז אלצדינג אין זיך ארײננעמן- בעת איטליכע אנדע־ רע זאך אין דער נאטור לעבט פשוט איהר לעבן׳ נישט שטו־ פענדיג זיך אויבן אך נישט פאדערנדיג פאר זיך קײן באזונ־ דער׳ן ארט און נישט װעלנדיג זײן א יחיד במינו• דער דא־ זיגער גידאנק טרעט באזונדער בולט ארויס בײ לאאטצע׳ן. ער איז זעהר װײט דערפון אבצוקערן זיך צונ׳ם לעבן אין א פארביטערטן כעס ן אדרבה: מען זאל זיך משמח זײן מיט׳ן לעבן װאס איז בטבע גאר נישט שלעכט, װארום סע גיסט זיך דאך ארויס פונ׳ם קװאל פון דער בריאה״ און דער דאזיגער קװאל קאן נישט שלעכט זײן״ אבער מען זאל זיך היטן פון א לעבן״ װאס יאגט זיך נאך פרױוילעגיעס״ װאס װיל זיך שטופן אויבען־אן״ װאס פארלאנגט װאס נישט איז פאר זיך און טאקע דאך אויף דעם אדער יענעם אופן אין יעדװעדער ערשײנונג און אין יעדװעדער באשעפעניש * אלס א זאך צװישן זאכן איז דער באװאוסטזיניגער יחיד װי נישט איז באהעפט מיט דעם סוד פון דער בריאד,. און גראד אין דערײן״ אין דעבם דאזיגן באהעפט־זײן און אין דעם געפיל פונ׳ם באהעפט זײן בא־ שטײט זײן אמת׳ער און רײגער איך און נישט אין יענעם משונה׳דיגער־װײז צװואקסענעם יחיד׳ישן ״איך״ װעלכער איז א מיאוסע קרעץ אויף דעם ארגאניזם פון דער בריאד,. צװישן די דאזיגע בײדע איכן - דעם נאטירליכן איך פון דער בריאה װעלכער קומט איר על־פי ױשר און דעם אומנאטירליכן איך פונ׳ם באװאוסטזיניגן יחיד״ װעלכער קומט אים כלל נישט על פי יושר״ געװעלטיגט לויט לאאטצען א באשטימט פארהעלט־ ניש אין א פארקערטער ריכטונג: װאס װײניגער א מענש גרויסט זיך מיט זײן אײגענעם איך און שטעלט אים אװעק אויבן אן׳ װאס װײניגער ער דאגה׳ט מכח דער דערהאלטונג׳ פארפעסטיגונג און פארמערונג פון זײן קױם״ װאס װײניגער ער שטופט זיך אדורך צו די זאכן און פאסירונגען ארום אים כדי צו פירן זײ אין באשטימטער ריכטונג און משפיע צו זײן אויף זײ אויף א באװאוסטזיניגן אופן״ אלץ מעהר קאן ער האבן א האפענוגג״ אז זײן אמת׳ער איך װעט בײ איהם בלײבן אהן קײן שום פגם״ און פארקערט״ װאס מער ער גרויסט זיך מיט זײן אײגענעם איך און פלײסט זיך אװעקצושטעלן אים אויבן אץ״ װאס מער ער דאגה׳ט מכח דער דערהאלטונג״ פארפעסטיגונג און פארמערונג פון זײן קױם״ מיט װאס פאר א גרעסערן אימפעט ער װארפט זיך אויף די זאכן און פאסי־ רוגגן ארום אים״ כדי צו משפיע זײן אויף זײ אויף א בא־ װאוסטזיניגן אופן״ במחשבה תחילה״ און צו גױועלטיגן איבער זײ דורך זײן װילן״ אלץ מעהר פטר׳ט ער אװעק זײן אמת׳ן איך״ אלץ װײניגער האפענונג קאן ער האבן״ אז זײן אמת׳ער רײנער און נאטירליכער איך װעט בײ אים בלײבן״ װארום דער פאלשער איך װירקט אויף דעם חשבון פון דעם אמת׳ן איך. דער ענין פון מאראל שפילט בא לאאטצע׳ן גאר א קנאפע ראלע• לויט לאאטצע׳ן איז מאראל באשאפן געװארן בשער־ת הדחק״ אין יענער צײט בשעת געזעלשאפטלאכער פארפלאנ־ טערונג״ בעת דער ״פאלשער״ מענשליכער איך האט אנגע־ הויבן צו קאמאנדעװען אויף א ברײטן אופן הן בײ זיך אין דער הײם״ הן אינ׳ם לעבן פון דער געזעלשאפט און דער מלוכדת. דעמאלט איז געבארן געװארען דער מוסר״ אלס קעגן־סם״ אלס א פאסיגר מיטעל אבצושװאכן די בײזע פועל ױצא׳ס פון מחלוקת און אומארדענונג• אז די מענשען װאלטן געלעבט בהסכם מיט דער נאטור ד• ד,. בהסכם מיט איהר אמת׳ן איך״ װאלט מען געקאנט זעהר גוט אויסקומען אהן דעם אפאראט פון מאראל״ װארום אין דער נישט־פארדארבענער נאטור גע־ װעלטיגן אחדות און שלום. מיר זעהן אויף אזא אופן״ אז צװישען לאאטצ׳ן און בוד־ דא׳ן איז פאראן זעהר א טיפער חלוק• בודדא פסל׳ט אין גאנ־ צען איטליך לעבן בכלל״ אין װעלכער פארם סע זאל זיך נישט

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.