Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 38

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 38 (sequence 55)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
77% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--057-9581342
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

װערן װערט אלצדינג אין דער װעלט געבארן און מיט איר טױט װערט אלצדינג חרוב. אמת׳ אז קײן אײנציגע ערשײנונג אויף דער װעלט װיל זיך נישט אפזאגן פון איר אײגענעם מהות״ אזוי צו זאגן פון איר אײגענעם איך. אבער צוריקגע־ רעדט האט זי דאך אױך נישט די קראנקע תאוה צו דערהאלטן איר קױם מיט אלע מיטלעך אים צו דערװײטערן און צו פאר־ לײנגערן ביז צו אומענדליכקײט. עפעס אנדערש איז דער יחיה װאס איז באשאנקן געװארן מיט דער שרעקליכער מתנה פונ׳ם איך־באװאוסטזײן: ער קוקט אויף זיך וױ אויף דעם דרך־ הטבע׳דיגן מיטלפונקט פון דער גאנצער װעלט׳ װײל די גאנצע װעלט גײט פאר אים לאיבוד װי נאר ער קאן זי נישט מיטלעבן און זײן דערבימ װײל - זײן גאנץ געפיל־לעבן איז אזוי באשאפן/ אז אלצדינג ארום אים זאמעלט זיך אן אויף יענעם קלײנעם פינטעלע. וועלכן זײן אייגענער גוף פארנעמט איטליכעם מאל אינ׳ם װעלט־שטח• אין דער דאזיגער נאטור־פײנטליכער פא־ זיציע פונ׳ם ״נארמאלן״ באװאוסטזיניגן יהיד זעהט לאאטצע דעם ערשטן צוריקטראט פון דעם עיקר־געזעץ פונ׳ם אלגע־ מײנעם לעבן׳ דעם ערשטן חטא קעגן דעם גײסט פון דער נאטור. די עיקר־צרה. פון װעלכער עס לײדט דאס מענשליכע לעבן. לאאטצע שטעלט אויף אט װעלכן דיאגנאז: דער מענש לײדט פון דער קראנקער תאוה צו פארפעסטיגן זײן קױם און דורכצושטופן אים ביז דעם סאמען אויבךאן. דער פועל־ױצא פון דער דאזיגער קרענק איז: אײביגע אומ־ רוהיגקײט און אײביגע אומצופרידענקײט אין דער אײגענער נשמה און אינ׳ם טאג־טעגליכן לעבך הפקרות און צוריסנ־ קײט אינ׳ם לעבן פוץ דער געזעלשאפט. מחלוקת און פאר־ פלאנטערונגעץ אינ׳ם לעבן פון דער מלוכה. און אט איז די רפואה פאר דער מכה: לעב זיך אויס אויף דעם זעלביגן אופן װי עס לעבט זיך אוים. א שטײגער. א בוים-אהן דעם פאר־ לאנג צו פארנעמעץ אנ׳אויסטערליש באזונדערץ ארט> אהן דער אײנגעשפארטקײט צו פארפעסטיגן דײן קױם. אהן קײן שום פנױת און כװנות. אהן דעם װילן ארײנצוטראגן שנוײם אין אלצדינג ארום דיױ אדער קירצער ארויסגעדריקט: לעב זיך אויס װי עס לאזט זיך לעבן פון זיך אלײך נישט װענדנדיג דײן װילן אויף עפעס במחשבה תחילה• דאס גרױסן זיך מיט זײן אײגענעם איך מצד דער בא־ װאוסטזיניגער באשעפעניש איז לויט לאאטצעץ אנ׳עולה בנוגע צו די רעכטן פון דער גאנצער באשאפענער װעלט״ װארום דער אמת׳ער ״איך״ קומט דעד כלל־נאטור אדער דעם יסוד פון דער בריאה און נישט דער באװאוסטזיניגסטער באשעפע־ ניש. נאר די כלל־נאטור פארמאגט אנ׳אמת׳ן איך און אנ׳־ אמת׳ע פאר־זיך־אלײנקײט. אויף װעלכער קײן שום זאך האט קײן שליטה נישט׳ אבער נישט דער באװאוסטזיניגער יחיד. װעלכערבלײבט בא זײן גאנצער באװאוסטקײט א זאךצװישן זאכן. נישט מעד און נישט װײניגער. אלס א זאך צװישן זאכן האט דער באװאוסטזיניגער יחיד בודאי א הלק אין דער כלל־ נאטור. אינ׳ם יסוד פון דער בריאה. װעלכער אנטפלעקט זיך באװאוסטזײן אלס א זאך װאס באדארף נישט צו זיין. בודדא געפינט. אז עס איז ממש אוממעגליך צו אנטלױפן פונ׳ם לײד אױף דער װעלט. זײן חקירה איז א פראםטע: איטליכע אנטפלעקונג פונ׳ם לעבן און פונ׳ם זײן בכלל איז בטבע עפעס װאס גײט אװעק און כלהז אלץ אבער װאם גײט אװעק און װערט כלה איז צונויפגעבונדן מיט א געפיל פון צעה און דערפון איז געדרונגן. אז לײד און צער ליגן אין דער טבע פונ׳ם לעבן און פונ׳ם זײן בכלל. אין תוך גערעדט איז דאס דאזיגע אװעקגײן און כלה־װערן פאר בודדא׳ן מעהר נישט וױ די אויסנװײניגסטע זײט פון אײן אײנציגער אינ־ װײניגםטער פאסירונג׳ און די דאזיגע פאסירונג איז דאס לײד אין אלע זײנע פארמעס און ארויסװײזונגען. אלס דאס לײד פונ׳ם גוך דאס לײד פון דער נשמה און דאס לײד פונ׳ם גײסט, אדער קירצער ארויסגעדריקט: דאס װאס אנטפלעקט זיך צום דרויסן צו אין דער פארם פון עפעס> װאס גײט אװעק און פארשװינדט. פארגײנגליך און פול מיט צער איז דערפאר אלץ װאס איז באהעפט מיט װעלכער נישט איז באזונדערער פארם און געשטאלט פונ׳ם לעבן און זײן אדער װאס איז באהעפט מיט דעם לעבן און י דעם זײן סתם. מיט דעם לעבן און דעם זײן אין זײער גאגצקײט. דער פועל־ױצא דערפון פאר דער פראקטיקע פונ׳ם טאג־טעגליכן לעבן איז אט װאס: טו זיך אויס פון יעדװעדעם געפיל׳ יעדװעדער גלוסטעניש. יעדװעדן געדאנק. יעדװעדער באזונדערער אנטפלעקונג פונ׳ם לעבן און זײן׳ װי אויך פון דעם לעבן און זײן אין זײער גאנצקײט• קעגן דעם איז לאאטצע זעהר װײט דערפון צו זעהן אין איט־ ליכער באזונדערער אנטפלעקונג פונ׳ם לעבן אדער אינם לעבן בכלל א מין קרעגלף פאר װעלכער ס-איז נישטא קײן שום תרופה• אבער די עיקר־צרה פונ׳ם לעבן הויבט זיך פאר איהם אן אקוראט אין יענער אומגליקליכער רגע. אין יענער פינס־ טערער שעד,. װען עס איז צום ערשטן מאל געבארן געװארן די יחידישע נשמד,. ד. ה. א נשמד״ װעלכע פארמאגט דעם באװאוסטזײן פון אנ׳אײגענעם איף די װארצעל פונ׳ם בײז ליגט לויט לאאטצע׳ן אין יענעם פשוט׳ן אימפעט, װעלכער טרײבט דאס באװאוסטזיניגע באשעפעניש צו דערהאלטן זײן קױם מיט אלע מיטלען, אין יענעם אימפעט, װעלכער ליגט אין דער טבע פון איטליכן ״נארמאלן״ באװאוסטזיניגן יחיד און צוליב װעלכער דער דאזיגער יחיד קוקט אויף זיך װי אויף דעם מיטלפונקט פון דער גאנצער בריאד,. לויט לאאטצע׳ן קומט אוים, אז דער דאזיגער ״נארמאלער״ יחיד געפינט זיך אין א לחלוטין נישט־נארמאלן פארהעלטעניש צו אלע אנדע־ רע טײלן און ערשײנונגען פון דער גאנצער איבריגער נאטור: װארום איטליכע אײנציגע ערשײנונג פון דער גאנצער איבע־ ריגער נאטור לעבט זיך רוהיג איר לעבן, נישט פארלאנגנדיג פאר זיך קיין באזונדערן ארט״ װאס זאל זיין א ױצא מן הכלל׳ נישט װעלנדיג פארבלײבן דוקא אין די גרעניצן פון איר אײגענעם קיום מיט א משוגע׳נער איינגעשפארטקייט< נישט אײנרײדנדיג זיך אז זי איז דער תכשיט פון דער גאנצער באשאפענער װעלט און נישט־מײנענדיג- אז מיט איר געבארן 38

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.