Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 37 (sequence 54)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--056-9581341- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
37 •י״׳י&״״ £ חו ״״ןהחח־-ײ־״ימון דאאכרצע ארך ברדד^ פארנעמעץ זיך. עס איז שװער צו זאגן, װער פוץ זײ בײדץ איז טיפער און פארמאגט א קוק פון א װײטערן פארנעם• בײדע זײנען זײ מורא׳דיג גרויס׳ אזוי גרויס/ װי קײן אײנציגער דענקער פון מערב־אײראפע און מזרח נאך זיי״ הגם עס האבן זיך שוין יא געפונען אנדערע דענקער אינ׳ם טיפן מזרח פאר זיי״ װעלכע װאלטן זיך קאנען גלײכן צו זײ אין דער װײטקײט פו׳נם פילאזאפישן קוק און אין דער טיפקײט פונ׳ם מעטאפאזישן חוש״ נישט אבער די דענקער פון מערב־אײרא־ פא. אמת אז די דאזיגע דענקער װײזן ארויס אין כמה זײטיגע פראגן פון דערקענטעניש מער חריפות. מער אײדלקײט אין די סברות און מער צוגעמאסטנקײט אין די באגריפן ז אמת. אז זײ ארבײטן מיט אזוינע דענק־מעטאדך װאס זענען מעהר פרוכפאר און מיט װעלכע מען קאן זיך גרינגער באנוצןז אבער בנוגע צו יענעם אהן־חכמות׳דיגן חוש און יענע אהן־ חכמות׳דיגע װעלט־איבערלעבעניש״ װעלכע טאפן אן דעם דופק באם לעבך בא די זאכן און פאסירונגען אהן קײן שום סברות מהן צד - קאנען זיך די דאזיגע מערב־אײראפעישע דענקער מיט לאאטצע׳ן און בודדא׳ן בשום אופן נישט פארגלײכן• פון די דאזיגע בײדע דענקער־חכמים איז בודדא נעהענטער צום פשוט׳ן געפיל און לײגט זיך אין דער אײגענער צײט גרינגער אויפ׳ן שכל. בודדא געהט ארוים פון דעם גאנץ פשוט׳ן געפיל פון לײד און צער. װעלכן ער פסל׳ט אהן קײן שום תנאים און אױסרײדן. נישט פרעגנדיג. צי פארמאגט נישט אפשר דאס לײד אין א געװיסער מאם א געװיםע װערדע פאר די מענשליכע נשמה אדער פאר דעם זײן פון דער װעלט בכלל. קײן שום שפיצלאך מצד דעם פארשטאנד זענען ניט ביכולת צו פארדעקן פאר זײנע אויגן דעם פשוט׳ן און קלארן פאקט. אז דער עצם לייד״ דאס לײד אלס אזוינס. װערט גע־ פילט און אפגעשאצט פון דעם פשוט׳ן און אהן־חכמות׳דיגן דער טיפער מזדח טראגט אונז אנטקעגן דעם הויך פון א װײכער״ א ביסעל צ ו װײכער און נישט אין גאנצן געזונטער לופט. מיר עטעמען דא אנ׳אטמאספערע. װעלכע איז אנגעזאפט מיט אנגעװײטאגטע לעבנס־נםױנות. דאס איז א טיף מענש־ ליכע אטמאספערע. װארום דא האט געפונען א געדאנקליכן אפקלאנג די ציטעריגסטע און אײדלסטע סטרונע פון דער מענשליכער נשמה - דער צער. דאס לײד. נישט צום ערשטן מאל. פארשטײט זיך. איז דא דאם לײד •געבארן געװארן ז אבער צום ערשטן מאל איז דא געבארן דאם פראבלעם פונ׳ם לײד. צום ערשטן מאל איז דא דער ענין פונ׳ם לײד אװעק־ געשטעלט געװארן אין דעם סאמען מיטלפונקט פון א פילא־ זאפישער באטראכטונג און באקלערט געװארן מיט אזא ישוב־ הדעת און אזא התמדה״ װי קײנמאל נישט ערגיץ װאו אנדערש אין דער װעלט♦ און נאר די ױדישע נביאים אלײן בא זײער באטראכטונג פונ׳ם מוסר־פראבלעם װאלטן זיך געקאנט גלײ־ כן צו זײ אין דעם דאזיגן פרט. דא װאקסן ארויס פאר אונזערע אויגן די געשטאלטן פון לאאטצע און בודדא-ענליך צו יענע העלדן און האלבע געטער. װעלכע שװעבן אינ׳ם כח־הדמױן פונ׳ם פאלק. זײער גאנץ לעבן טראגט דעם כאראקטער פון א לעגענדע. פון ספורי מעשױת. אבער אין זײערע געדאנקען און זײערע װערטער שפיגלט זיך אפ די סאמע ממשות׳טע פראק־ טיק פונ׳ם לעבף יענע לעבענס־פראקטיק װעלכע װערט קײנ־ מאל נישט אלט און בלײבט תמיד אין אלע צײטן די פראקטיקע פונ׳ם הײנטיגן טאג• זײ רײדן מכח דעם צער. דעם צער פון דער מענשהײט״ דעם צער פון אלע לעבעדיגע באשעפענישן. לאאטצע און בודדא גײען זיך צונויף מיטאנאנד אין אײן אײנציגן פרט> װאם רירט אן די םאמע לעצטע װארצעל פון דער לעבנס־שאלה בכלל און באזונדער פון זײער פילאזאפיע גײען זיך אבער זײער װײט פונאנדער אין אלע אנדערע פראגן פון װעלט־און לעבנס־אנשויאונג. מיט װעלכע זײ סמזיניגקײ6 םענשלירן ז