Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 36 (sequence 53)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 85% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--055-9581340- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
וגי.4)״י ן 1: | 4 1 ב ך ו ו .ן ן ן ■4 הער... און דער ים האט געזיפצט׳ און דער ים האט מיט כחות געאטעמט• און דאס קעמל איז שטיל געשטאנען/ און דאם קעמל האט אויף סוף־נאכט ארויסגעקוקט. האט זיך דאן אויך אויסגעלאזט די נאכט. האט זיך אויפ׳ן הימל־1 דער שטערן פון פרימארגן באװיזן און אויף יבמ און אויף מדבר אראפגעקוקט. און בײדע אינאײנעם מיט אײן בליק און מיט אײנע חסדים געבענשט... האט זיך פון טורם דאן א פענסטער געעפענט׳ א פענסטער און װאס צום ים קוקט ארוים׳ און עפיס א קול האט זיך אויפ׳ן ברעג און אויפץ װאסער דערהערט: - די נאכט איז אריבער און מיט מזל אונז די נאכט׳ און אויך פאר ליכט און אױף די הארבעס בײם קעמל איז די צײט שוין געקומען... האבען זיך דאן די ליכט׳ װאס אויף די הארבעס בײם קעמל אײנס צום אנדערען צוגעבויגן. האבן זײ זיך דערנע־ הענט אײנע צום צװײטן׳ און• דער מארגענשטערן האט דאס צוגעזעהן״ אין דער מארגענשטערן ז־זאט זײ פון הימ?־1 שײן אדאפגעשײנט״ און בײדע קנויטן האבן זיך אנגעצונדן׳ און בײדע קנויטן האבן זיך אין אײן פײער פאראײניגט׳ און - דאס קעמל איז פון װאסער ארויסגעגאן און פון ים־ברעג ארױסגעשפאנט׳ און אזוי׳ און מיט די ליכט שױן ברענענדיגע׳ און אזוי׳ אין פארטאג דעם שטילן׳ האט זיך עס מיט דעבמ פנים צו דער מדבר און צום װעג אהין געװענדט׳ און מיט׳ן געדאנק אויך אויסער מדבר און מיט ליכט און בשורה אין ישוב אנצוקומען.• . און אויף אט דעם קעמל װארט איך דא׳ אויף אט דעם קעמל קוק איך ארויס בײ גרעניץ׳ און שוין א צײט׳ אז ס׳גייט אין דער מדבר׳ און צײט שוין קומען דעם♦ אזוי דערצײלט די בריאד,. ריס געטאן אנטקעגן. האט אים דער ריז דערזעהן׳ און דער ים איז רוהיג געװען׳ און בײם אנהויב׳ און בײ ברעג בײ זײנעם איז אויך דאס קעמל און פון דער מדבר אנקומענדיג געשטאנען׳ געשטאנען און מיט די ליכט אויף די הארבעס׳ מיט די גרויסע און מיט די שװײגנדיגע׳ מיט די װעכסענע און די נאך נישט אנגעצונדענע קײנמאל. איז דער ריז דאן אין טורם ארײן. און װי ער האט זיך מיט דער טורם־טאכטער׳ באגעגנט האט קײנער נישט געזעהן׳ און װי זײ האבן זיך באקאנט צום ערשט׳ איז קײנער נישט געװען דערבײ• װײל א חדר אין א חדר האט זי געהאט׳ און אין יענעם חדר איז זי נישט געקומן קײנמאל׳ און יענץ חדר איז פון אלעמאל אפגעשלאסן געשטאנען׳ און נאר אויף דעם פאל בײ איר אנגעגרײט געװען♦ און א טיש און א לאמפ איז דארט געשטאנען׳ און דער לאמפ האט זיך נישט אנגעצונדן קײנמאל׳ נאר הײנט און צום באגעגעניש האט געברענט צום ערשטן.] זענען זײ ארײן. און א שעה איז אװעקגעגאן - און זײ זענען דארט שטיל געװען׳ און נאך א שעה - און זײ האבן זיך אלץ געזאמט... און די נאכט איז אנגעקומען און אויפ׳ן הימל־1 האבן זיך שטערן געװיזן׳ און דיגנאכט איז צוגע־ פאלן - און דער טורם און דער לאמפ פון טורם האבן מיט גרויסן ױם־טוב ליכט געלויכטן... און שפעטעז נאכט האט דערגרײכט - און דער ים האט פון שלאף גערעדט׳ און דאס קעמל איז בײם ברעג געשטאנען און האט זיך צום ים׳ס רעד צוגעהערט׳ און דאס קעמל האט די פיס אין װאםער גע־ נעצט׳ און אויפ׳ן טורם און אויף דעם לאמפ פון דארט גע־ װארט... האט ער זיך לסוף אויסגעלאשן דער לאמפ... און שטיל איז דארט געװארן׳יאון דער טורם איז אלט און פארעלטערט געשטאנען׳ און דאס פינסטערגיש׳ װי באנײט הײנט אבער׳ און װי^קײנמאל נישט י פינסטעיבגעװען ביז א דער נסתו־ 1 1 ו זײט 37׳ קאלומנע 11׳ שורה 14 פון אונטן׳ אנשטאט מהן צד צו לײגען: מן הצד• ״ 38׳ ״ 1 ״ 16 ״ אויבן׳ נאך דעם װארט פארשווינדט פעהלט: דאם אנטפלעקט זיך פון אינעװיניג אלס צער און לײד• זײט 39׳ קאלומגע 1 שורה 4 פון אויבן׳ אנשטאט םוד צו לײנען: יםוד• ״ ״ ״ ״ ״ 7 ״ אונטן׳ ״ מיט איחר צו לײנען:*מיט זײער• ״״ ״ 11 ״7״ ״ ״ צונם לעבן צו לײגען: פונם לעבן• | ״ ״ ״ ״ ״ 23 ״ אויבן׳ צו לײנען: נישט דעם חילוק צװישן באװאוםטזיגיגקײט ' און אונבאװאוםטזיניגקײט בכלל נאר דעם צװישן דער אומבאװאוםטזיגיגקײט און דעם מענשליכן איוי;