Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 35

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 35 (sequence 52)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
82% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--054-9581339
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אײנער אלײן און דער פריער־אויםרופער געשטאנן און פנים צו פנים מיט׳ן ריז זיך איבערגעקוקט״ און שטיל אזוי זיך איבערקוקנדיג, געשװיגן און אלײן אויפ׳ן פלאץ נאר בײדע• איז ער איצט אלײן געװען״ דער אויסרופעה האט ער איצט עפיס טרויעריג און װי נאך עפיס פארלירנדינ אויסגעזעהן- האט ער זיך נאך זײן שװײגן און אויפהאלטן געװענדט צום ריז״ האט ער זיך צו אים אנגערופן און אזוי געזאגט: - - ריז״ װאוהין געהסט דו? און װאוהין זענען דײנע טריט אנגעריכט? - א הין װאוהין דער פויגל רופט! - האט דער ריז געענטפערט• נאך װאס? - די אלטע ריזן כחות צו דערװעקן און דעם ישוב מיט מאכט באגליקן. - װער דארף עס? - איך װיל עס און איך מוז עס - און דער עולם? - איז דעם קרעציגנס! און דא האט זיך דער מענש״ װאס פאר ריז. צו פארהילן און װי זיך אין עפיס אײנדעקן גענומעך דאס פנים און דעם קאפ באגראבן און אין זײן קלײד זיך באהאלטן... איז שוין דאן פארן ריז זײן אלטער און זײן באקאנטעה דער קרעצי־ גער און דער פריריגעו/ אין זײן אײנגעבויגנקײט און אין זײן אײגעהילטקײט געשטאנן״ און דער ריז האט צו אים א שפאן געטאן״ און דער ריז האט מיט כעס און עקעל אויף אים א גײ געטאן... איז דער קרעציגער נישט געבליבך און אויך דאס גאנצע זעהונג אין דער מדבר איז באלד פון פאר ריז און פון אויג אים פארשװאונדן״ און נישט די שטאט איז געבליבף און נישט די גאסן אין שטאט״ און יעדער שפור פון זײ איז פארלוירן געגאן״ און - אין מדבר איז דאן שוין פארנאכט געװען״ און אז דער ריז האט זיך נאכ׳ן שפאן ארומ־ געקוקט״ און נאכ׳ן גײ צום קרעציגן״ װי די אויגן געעפנט. אזוי האט ער פאר זיך שוין די ״מדבר און בײ איר אויסגאנג דערזעהן... און מיט ים האט אויף אים א שמעק געטאן״ און באלד האט ער פון ים דעם ברעג באמערקט״ און אויפ׳ן ברעג איז א טורם געשטאנעך א אלטער און א פארעלטערטער און מיט פענסטער״ װאם האבן אי צום ים אי צו מדבר געקוקט... * איז שוין דאן פארנאכט געװען און אויפ׳ן טורם־שפיץ האט א פאן געפאנט און די פאן האט גערופן״ און די פאן האט אין טורם ארײן אײנגעלאדן״ און דער ריז האט זיך געלאזט אהין״ און דער ריז האט צום טורם זײנע טריט אנגעריכט... האט ער דאן דערזעהן: - און דער פויגל איז צו אײנעם א טורם־פענסטער צוגעפלויגך און מיט פליגל־־1 מידע אין א שויב דארט אנגעקלאפט• ד־זאט זיך דאס פענםטער געעפנט• האט זיך פון דארט א קאפ ארויסגערוקט. א גרויםער און א זעלטנער״ א טורם־טאכטערדיגער און װאס לאנג אויף עמי־ צען פון דער מדבר װארט• האט ער זיך באװיזן און זיך צו־ שטראלט. און צום אנקומענדיגן און זיך װײזנדיגך װי זיך א אין ישוב איצט אנקומעך און א נײ־געװעלטיגונג װעט איבער אונזערע קעפ איצט הערשן. און הויך װעט דעם ריז׳ס מלוכה געבויט זײך און ביז׳ן הימד־* װעט זי דערגרײכן/ און די הויכע זון װעט ער פון הימל דערלאנגען אום מיט איר זײן קאפ צו קרוינען. און געשיצט װעט איר זײן און פון דער ריזן־קרוין באהיט״ און קײן שונא װעט אויף אײך נישט אנ־ פאלן און קײנע פײנט־חילות װעלן אײערע גרעניצן נישט אריבערטרעטן... הערט־זשע אויס און פארנעמט דאס אלעס״ הערט עס אויס און פרײט זיך מיט דעם געזאגטן!״ און דער עולם האט דאם אויםגעהערט״ און דער עולם האט געשװיגף און דער עולם האט נאכ׳ן מענשנס רײד פון ארט זיך נישט א ריר געטאן- און קײנער האט קײן קול נישט אויפגעהויבן׳ און קײנער האט קײנעם צו קײן פרײד־אויס־ דרוקן נישט געװעקט. איז מען אזוי שטיל געשטאנעך האט מען אזוי געװארט אױפגעהאלטך און פלוצלים - און פון דער מענגע ארויס האט זיך א קול דערהערט״ א קול א אײנציגס און װאס ס׳האט איבערן גאנצן פלאץ געקלונגן׳ געקלונגן און אויסגעשריגן: מיר דארפן אים נישט \ מיר נויטיגן זיך אין אים נישט! מיר װארטן נישט אויף אים׳ ער זאל די זון פארשטעלן... - מיר דארפן אים נישט. מיר װילן אים נישט! - האט זיך פון אלע עקן און פון אלע זײטן און אויך פון דער מיט דער גרויסער און פון אלע מײלער שוין געטראגן. - מיר דארפן נישט׳ ער איז אונז פרעמד׳ דער ריז׳ ער װעט איבער אונזערע קעפ טרעטן׳ ער װעט אונזערע בנינים חרוב מאכן׳ ער װעט אונז די זון פארשטעלן און אויף אונז א פיגסטער־ ניש שיקן׳ - מיר דארפן אים נישט! און דא האט זיך דער גאנצער עולם א ריס געטאן׳ און אלע האבן זיך צו דער ערד א בויג געטאן׳ און אלע האבן הויפנס ערד און הויפנס שטויב און שטײנער אנגענומען׳ און אלע האבן זיך מיט די אנגעפילטע הויפנס צו דעם מענשן׳ װאס איז אויפן הויכן ארט געשטאנען געװענדט׳ געװענדט און אויסגערופן: - װאו איז ער? - האבן אלע אין אײן קול אוץ אין אײן ליארם־אויסרופן געשריגן - אטז - האט זײ דער מענש אויפן ריז און װאס איז דאן אין דער מדבר געשטאנען׳ אנגע־ װיזן. - אט איז ער און טוט מיט אים׳ אט איז ער און אין די הענט אין אײערע! און דער עולם האט װארפן גענומען׳ שטײנער געשאטן און שטויב געשטויבט׳ און א גרויסער טומל איז צװישען דער מענגע געװארן׳ און אײנער האט אויפ׳ן אנדערן אנגעטריטן׳ און אײנער האט דעם אנדערן געשטויסן׳ און אלע האבן זיך צונויפגעדרענגט און אנגעלאפן אײנער אױפ׳ן צװײטץ׳ און אלע האבן זיך אלץ נעהענטער און נעהענטער צום ריז גע־ ריסן׳ און פלוצלים - און אפגעטאן האט זיך דאס זעהונג׳ און נישט געבליבן איז דער עולם׳ און דער פלאץ איז לײדיג געװארן: אפגעראמט און אהן קײנעם׳ אויסגעלײדיגט און קײן נפש נישט צו זעהן׳ און נאר אויפ׳ן ארט אויפ׳ן הויכן איז

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.