Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 34

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 34 (sequence 51)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
82% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--053-9581338
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

רירט׳ און אויך דער ריז איז דאן פון זײן ארט אפגעגאן- אפ־ געגאן און צום טאג און צום װײטער־גײן זיך געלאזט• און צום דריטן און צום לעצטן מאל איז דער קרעציגער דעם ריז אין װעג געקומען• און געװען איז דאם אזוי: נאכ־ דעם װי דער ריז איז שוין א צײט אין װעג געהאט געװעך שוין די מדבר אין די ברײט געהאט דורכגעשפאנט און באלד צום םוף אירן און צום אנהױב ים און צום טורם בײם ים זיך דערנעהענט, - אזױ האט ער אײגמאל אין מיטץ העלן טאג אין דעם מדבר א מדבר־בילד דערזעהן: - און אפגעשפיגלט״ און אין העלער מדבר געבראכט און פארגעשטעלט האט די זון פארץ ריז: א גרויסע שטאט- װאס איז פול מיט מויערן געבויט געװען׳ און פול מיט גאסן איז די שטאט׳ און פול מיט טומל און מיט מענשן אין די גאסן׳ און מענשן אײלן זיך ערגעץ און אײנס אנטקעגן דאס אנדערע קומען און מענשן מײדן זיך אויס אין אײלעניש׳ און מענשן זענען שטארק באשעפטיגט אלע. האט זיך פלוצלים א פלאץ אין שטאט אויפגעעפנט׳ א גרוי־ םער און א ריזיגער׳ און װאס א גרויסע מענגע קאן זיך צו־ נויפנעמען און זיך צונופזאמלן אהין• איז דער פלאץ דערװײל לײדיג און מיט קײנעם נישט פארנומען געװען און אויפגע־ ראמט און מיט לײדיגקײט איז געשטאנן׳ אוץ קײנער האט זיך נישט געװיזן דארטן. האבן דערנאך צו אים מענשן אנקומען גענומען׳ פון אלע זײטן און פון אלע גאסן׳ װאס פירן אהין׳ און פון אלע עקן און אױך פון אונטערגעסלעך ארויסצוקומען: - פריער אײנציגװײז און בײ די עקן זיך געהאלטן׳ דערנאך געמערט זיך און אויך אין דער מיט ארײן׳ און פאמעליך־ פאמעליך דעם פלאץ אלץ אנגעפילטער געמאכט׳ און אלץ מער און מער און צו א גרויס פארזאמלעניש געװארן. איז דער פלאץ פול און באדעקט געװען׳ און שװארץ פון מענשן האט ער אויסגעזעהן/ און א שװארץ פארפולעניש האט די גרויס זײנע פארנומען. האט זיך דאן אין דער מיט אין זײנער א הויך ארט באװיזן׳ צי פון האלץ און ברעטער געמאכט׳ צי פון זאמד אנגעשיט׳ איז נישט צו זעהן געװען פון דארט׳ און אויף יענעם ארט׳ דעם אונטערגעהויבנעם׳ האט זיך א מענש ארויסגערוקט און העכער פון אל דעם פארזאמלעניש האט זיך אנגעזעהן. האט דער מענש א װײלע- דעם עולם אויסגעװארט׳ א מינוט און צװײ און זיך איבערגעקוקט אין װארטן׳ און דאן׳ אום דעם עולמ׳ס אויפמערקזאמקײט צו זיך צו װענדן׳ האט א האנט אין דער הויך אױפגעהױבן׳ אויסגעשטרעקט און אויס־ גערופן צום עולם: - ״עולם און פארזאמלונג גרויסע׳ א ױם־טוב איז אונז הײנט אויסגערופן׳ א גרויס־געשעהעניש האט אונז הײנט צו־ נויפגענומען׳ װײסט: אין דער מדבר האט זיך א ריז באװיזן׳ אין דער מדבר האט ביז א הער א עלנדער געװאוינט׳ און א לעצטער איז ער געװען׳ און אײנער נאר און א פארבליבע־ נער׳ און איצט האט זיך אים זײן פאר געטראפן׳ און הײנט געהט ער מיט זײן פאר זיך פארן? און אויפשטעלן מײנט א דוה װי ער און װי די אמאליג־עלטערן זײנע׳ און גרויסע ריזן װעלץ פון זײנע לענדן ארייסגײן׳ און גרויסע ריזן װעלן זעהן טאקי און אז דאס׳ װאם ס׳קומט איצט פאר זײנע אויגן פאר׳ געשעהט טאקי און מיט אנ׳אמת... ס׳איז א חלום נאר און פון אים א אויסטראכטעניש׳ ס׳איז זײנס א אויסװײזונג און װײל ם׳װיל זיך אים׳ און גערעכט איז דער װאם איצ־ טער רעדט׳ און רעכט געהאט האט קרעציגער׳ און ער זאגט: צוטרעטן האט ער אים׳ אבער נישט זײן אמת׳ הערן װיל אים נישט׳ אבער איז׳ן איז אזוי... און דא איז פון פאר די אויגן פון ריז דער גאנצער טעמ־ פל און אלץ׳ װאס האט פארפולט דעם טעמפל׳ פארשװינדן גע־ װארן׳ און דער עולם איז נישט געבליבן׳ און אויפ׳ן בארג האט דאס פריעריגע פוסטקײט געהערשט׳ און שטיל נאר אין דער נאכט און אויפ׳ן בארג־שפיץ פון אויבן איז שטיל דאס געצעלט פון קרעציגן׳ און נעבץ דעם דער קרעציגער גע־ שטאנן... און דער ריז האט אויפגעציטרט׳ און דער ריז האט זיך אױפגעכאפט• - פויגל \ - האט ער א געשרײ געטאן. - װאו ביזטו? און אז דער ריז האט אינאײנעס מיטן געשרײ די אויגן א עפען געטאן׳ און ארום זיך און ארום זײן געלעגער׳ װײט און אויף אלע זײטן זיך ארומגעקוקט׳ אזוי האט ער אויף אומעטום א גראהען פארטאג נאר געטראפן׳ א שטילן און א מדברישן׳ און קײנער איז נעבן זײן געלעגר נישט געװען׳ און קײן באשעפעניש האט זיך פוץ װײט נישט באװיזן׳ און אלץ האט נאך געדרימעלט׳ און אלעס נאך - טויט געשװיגן. האט דער ריז דאן נאך אמאל צום פױגל גערופן׳ גערופן און יענער האט זיך אנגערופן. איז ער צופליהן געקומען׳ פון פארדרעמעלטקײט און פון פארגראהטקײט ארויס׳ און װי א פארשלאפענער זיך פארן ריז פארגעשטעלט׳ האט ער זיך פאר אים באװיזן אזוי און בײ אים ״װאס ער דארף״ א פרעג געטאן. - א חלום האט זיך מיר געחלומט♦ - כ׳װײס• - און װאם? - ס׳איז גאר נישט. - און די צװײ ליכט? - אט זענען זײ! און דא האט דער פויגל אויף נעבן א זײט זײנער אנגע־ װיזן׳ איז שוין דארטען פון פארטאג און װי פוץ לאנג דארט װידער דאס קעמל געשטאנן׳ האבן אויף זײנע צװײ הארבעס צװײ ליכט זיך באװיזן׳ צװײ גרויסע און לאנגע׳ װעכסענע און נאך נישט אנגעצינדענע? זענען זײ אײנס אנטקעגן דאס אנדערע געשטאנען׳ גלײכע און אויפגעשטעלט און אײנס אגט־ קעגן צװײטן פונקט׳ און שטיל אזוי זײ האלטנדיג׳ און קעמל־ דיג אזוי די ליכט אויף די הארבעס טראגנדיג׳ האט דאס קעמל װי אויפן ריז און אויף זײן פון דער־ערד־אויפשטײן ארױסגעקוקט׳ אױף זײן אױפשטעלן זיך און אין װעג זיך לאזן געװארט♦ און דער ריז איז אויפגעשטאנען׳ און פון נאכט און ליגן זיך אפגעטרײסלט׳ און דער פויגל איז שוין און דער װײט אפגעפלויגן׳ און אויך דאס קעמל האט זיך פון ארט גע־ 34

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.