Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 33

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 33 (sequence 50)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
81% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--052-9581337
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

דער כהן האט זיך װײטער אנגערופן, און דער כהן האט אזוי געזאגט: ~ ז - אין נאמען פון טעמפל- און אין נאמען פון די געטער פון טעמפל- שענקן מיר דעם גוטס־טוער אונזערן א גע־ שאנק אצינד״ שענקן מיר אים צו זײן חופה־נאכט צװײ ליכט נישט אנגעצונדענע/ פאר אים און פאר זײן פאה פאר אים און פאר דער ריזן־טאכטער פון אים אויסדערװאוילטער. און דא האט זיך דער כהן פון בימה־טיש״ װאס איז פול מיט ברענענדיגע ליכט באשטעלט געװעך צװײ נ י ש ט קײן אנגעצונדענע/ צװײ נישט ברענענדיגע אראפגענומען:גרוי־ סע און לאנגע׳ װעקסענע און מיט קנויטען נאך נײע׳ האט ער זײ אלן בײדע הענט גענומעך האט ער זײ צום עולם אויס־ געשטרעקט/ האט ער אויסגערופן און װידער געזאגט: - - זאל ער צוגײן און זאל ער זײ נעמען- אונזער גוט׳ס־ טוער און אונזער טעמפל־אױפריכטעו/ צו זײן חופה און צו זײן נאכט דער ערשטער׳ און אז ער מיט זײן באשערטער׳ אז ער מיט זײן פאר װעלן זיך פאראײניגן/ װעלן זיך דאן אויך די צװײ ליכט מיט די קנויטן צונויפגײך װעלן זײ זיך אנצינדן אײנס בײם צװײטך װעלן זײ צו אײן פײער װע־ רן׳ װעלן זײ דאן צו מענשן אפגעשןקטי װערך װעלן מענשן די ליכט דערזעהן׳ װעלן זײ װיסן: א אלטער שטאם איז צו־ ריק אויפגעריכט געװארן׳ אלטע געטער זענען צוריק צום לע־ בן געקומען׳ און די ריזן און די משפחה פון ריזן האבן צוריק זײער ממשלה און זײער געװעלטיגנוג באקומן... און דער ריז האט דאס אױסגעהערט׳ װײל דער ריז איז צװישן עולם געװען׳ האט ער זיך ארויסגערוקט פון צװישן עולם און צו פאר אלטן כהן און פאר זײן בימה־שטאנד גע־ נעהנט׳ האט ער צו אים די הענט אויסגעשטרעקט און בײ אים די ליכט צוגענומען און מיט זײ אויף צוריק זיך גערוקט. און אט׳ װי דער ריז איז אזוי צוריק און מיט די ליכט גע־ גאנגען׳ אזוי האט ער דערזעהן: טונקעל און אויסגעלאשן האט אין טעמפל דאס ליכטיגקײט גענומען װערן׳ אויס ױמ־ טוב און װי עפים א טרויער האט זיך אויף די װענט אנגעצױ־ גן און אויפן גאגצן עולם האט זיך׳ װי א טונקל שאטן־אײנגע־ הילטקײט אראפגעלאזט׳ אוץ דער גאנצער עולם איז אין דער פינסטערליך געבליבן׳ און די ליכט און די הענט זײערע האבן אײנגײן און זיך אויסלעשן גענומען׳ און אויך די ליכט פון דער בימה - צו צאנקן און אײנציהען זיך מיט שײן• איז אין טעמפל דאן שטיל געװארן• האט מען אויף דער בימה דער־ זעהן: אויפן ארט פונם כהן דעם פריעריגן׳ איז איצט א מענש און א אײנגעבויגענעה א פארהילטער און אין עפיס א מאנטל א מין געשטאנן/ און זײן פנים האט מען נישט גע־ זעהן׳ און אויך נישט זײן קערפער גאה און אויך זײן קאפ איז אים פארדעקט געװען׳ און פון אונטער זײן פארדעקט־ קײט האט זיך זײן קול דערהערט. האט זיך עס שװאך דער־ הערט און אזוי געזאגט: - און זאל ער נישט מײנן דער ריז׳ און זאל זיך אים נישט אױםדאכטן׳ אז דאס װאס ער זעהט אצינד׳ איז גע־ פארמאכט און פאמעליך דעם שלאף און מחשבות פון שלאף זיך איבערגעגיבן/ און אזוי אויך אײנגעשלאפן פאמעל־1יך׳ אזוי האט זיך באלד אים חלומ׳ן אנגעהויבן: - דער פארלאז־ טער בארג פון די געטער איז צוריק אויפגעלעבט געװארן... אין דער הויך און אויפ׳ן שפיץ פון בארג האט זיך א טעמפל באװיזן׳ א נײער און א אויפגעבויטעה א באנײטער און װי הײנט צו א ױם־טוב געעפנט... און איז׳ן איז אויף דער נאכט אצינד׳ און אין דרויסן איז טונקל און פינסטערליך׳ נאר אין טעמפל אינװײניג איז ליכטיג און באלויכטן/ און פון דארט און דורך די פענסטער די דארטיגע שײנט דער ױם־טוב אויך אויף בארג און אין דרויסן ארויס... און איז׳ן איז נאך דערװײל דער טעמפל לײדיג׳ נאר אט װײזט זיך אויף זײן שװעל א אײנער׳ א דינער און װאס דעם טויער צועפנט׳ און דעם טעמפל־1 פאר אנקומענדיגע און פאר ארײנגײענדיגע - זאלן ארײנגעהן. און אט װײזן זיך שוין אנקומענדיגע פון בארג׳ פון אלע זײטן און פון זײן צופי־ סנס׳ דורך טרעפ און דורך סטעזשקעלעך פארשידן/ און אלע מיט ליכט אין די הענט׳ און אלע די ליכט פון װיגט און פון פארלעשן פארשטעלן: - מ׳גײט אויף און מ׳קומט צו פאר טעמפל צו׳ און מ׳הויבט זיך צו זײן ארײנגאנג אױף׳ און מ׳גײט אויך שטיל אין זײן אינװײניגסט ארײן. און די אוים־ גײענדיגע מערן זיך׳ און פרויען מיט קינדער גײען, און אלטע װערן דורך ױנגע געפירט׳ און אלע קומען אין טעמ־ פעלס באלויכטיגונג ארײן׳ און אלע זענען זיך אהין מיט די ליכט צונויפגעגאן. װײזט זיך אין טעמפל און אויף א בימה־ הויך׳ בײ דער מזרח־װאנט און אנטקעגן דער טיר־ארײנגאנג׳ א אלטער כהן און אין װײסן אנגעטאן געהילט. שטעלט ער זיך שטיל פאר׳ן עולם פאר׳ שטעלט ער זיך פאר און זאגט אזוי צום עולם: - - אי.ן נאמען פון טעמפל׳ און אין נאמען פון די געטער פון טעמפל׳ ערקלער איך פאר װידער אפן און װידער באנײט דעם טעמפל! דאס האבן מיר אײנעם פון אונז׳ אונזערן א לעצטן און פון אונזער שטאם א פארבליבענער׳ צו פארדאנ־ קען׳ דאס האט ער באגערט׳ דאס האט ער געגארט צו א באנײ־ אונג׳ און א דאנק זײן װילן/ און א דאנק זײן גארן׳ האבן מיר זיך איצט צונױפגעזאמיד־^ט׳ האבן מיר זיך איצט צונויפגעקו־ מען אהער. לײג איך אײך אלצט פאר: באערט דעם טעמפל... און דער עולם האט דעם כהן געהערט׳ דער עולם האט זלך מיט די ליכט אין די הענט אויף די קניעס אראפגעלאזט׳ און דער כהן האט אויף זײ זײנע הענט אויפגעהויבן׳ און דער כהן האט אויף זײ שטיל מתפלל געװען/ און דער עולם האט שטיל געקניעט׳ און אויף זיך און אויף די קעפ זײערע די תפלה און איר שטילקײט גענומען... - און איצט׳ - האט דער כהן געזאגט - שטײט אויף און הערט. און דער עולם איז פון קניען אויפגעשטאנען׳ דער עולם האט זיך פון דער ערד אויפגעהויבן׳ און אלע האבן אויפ׳ן כהן געקוקט׳ און אלע האבען אויף זײן װארט געװארט. און 33

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.