Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 32 (sequence 49)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 81% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--051-9581336- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
- װאס א קרעציגער קאן זאגן. - און א סימן? - איז דאס קעמל. - װאו? - אט \ - און דא האט זיך נעבן ריז מיט א מאל א קע־ מל שטעהן באװיזן, אין דער מדבר און אין דער מיט, און דעם האלדז ארויף פארהויבען, און קאפ און פנים אנטקעגן א ז־זימל־עק אנגעשטעלט. איז דאס אזוי פארטראכט געװען, איז דאס צו עפיס װי גרײט געשטאנן/ און אזוי און שטײ־ ענדיג, און אזוי און גרײט זײענדיג. האט װי אויפ׳ן ריז און זײנע פראגעס. װי אים צו ענטפערן און װי אים תשובות געבן געװארט. - און װאס. קעמל, זאגסט ד ו צום קרעציגן? - כ׳קאן אים נישט. - און װער האט אים געבראכט א הער? - נישט איך און נישט מײן מין - מײן גלײכן... - קרעציגער נ - האט דאן דער ריז אויסגעשריגן און אויפ׳ן קרעציגן און אויף זײן קאפ און קערפער א פום א הויב געטאן און אים אנגעגרײט געהאלטן• - קרעציגערח- האט ער נאך העכער זײן קךל אויפגעהױבן, און אויף אים מיט א מאל און מיט כוח זײן פוס אראפגעלאזט... און דער קרעציגער איז צו נישט געבליבן, און דער ריז האט אויף אים זײן געצעלט און בײדל איבערגעקערט און זײנע שמא־ טעם און דרענגלעך אויף אים א מצבה אויסגעשיט, און - זאל ער לען, און זאל ער נישט ליגנערן, און דער ריז האט זיך װײטער אװעקגעלאזט. און אז דער ריז איז אזוי א טאג און צװײ אין דער מדבר געגאן/ מיט קײנעם אױף זײן װעג זיך נישט אנגעשלאגן/ און די מדבר האט זיך נאך נישט אויםגענומען און איר אויסגאנג איז נאך נישט צוזעהן געװעף האט ער אײנמאל אין א פארנאכט א דארטיגן אופ׳ן װעג זיך אראפגעלאזט. אויף דעם זאמד זיך אװעקגעלעגט. און דעם פויגל זײן באגלײטעה זײן פי־ רער און זײן פאראויס־געהעמ צו זיך רופן און אויף פאר־ נאכט איבם אײנד־יאדן גענומען: פויגל־־1. באװײז זיךן.. האט דער פויגעל פון א װײטן הימיד־י־עק און פון צוריק פליהן קומען זיך באװיזף שוין אין טונקל־^קײט און מיט פליגל מאטע. און נידעריג זיך האלטנדיג און אין לעצטער שײן אין דער מדבר ז איז ער צום ריז צוגעפליען, צוגע־ פלויגן און בײ אים אנגעפרעגט: - װאס באדארפסטװ ריז? ־ד ־ — - װי װײט איז נאך צום ריזן־טורם פרעגן. - שוין נישט װײט און דו קאנסט זיך גרײטן• - צו װאס? ־ד - צו נאכט און צו נאכטלעגער. לײג זיך• און אז דער ריז האט זיך אװעקגעלעגט. אויף דער לײנג פון דער מדבר די פיס און גלידער אויסגעצױגך די אויגן דעם ים: בײם^ברעג און דארט װאו די װאסער נישט טיף איז נאך. איז א קעמל און מיט אלע פיר אין װאסער געשטאנעך ביז די קניען אין װאסער און דעם קאפ פארריסך און שטיל־־1 און אזױ קוקנדיג. האט נישט מיט׳ן מויל געקײט. און נאר מיט זיך און װי מיט עפיס א מחשבה פארנומען. בין איך צו־ געגאן צום קעמל־1. האב איך אים אין מײן עלנט. װי א פרײנד געפונעף און אין מײן צער דעם דעמאלטיגן - א נאהענטן אין װאסער. האב איך זיך געװענדט צו אים און אים אזוי געפרעגט: - - און װאס מײנסט דו. קעמל? - כ׳מײן. ס׳איז נישט דאס ערשטע מאל. כ׳מײן. ביזט נישט דער ערשטער אירער. - איז װאס טאן? - אין דער מדבר אפגײן. - און װאס? - און אנדערע. אזוינע װי דו״ זאלסט פון װעג און פון אהער־צוגײן אומקערן. און איך האב געהערט דאס קעמל. און איך האב זיך דעם אױפ׳ן רוקן ארױפגעזעצט. האט דאס מיך פון ים און פון ברעג אפגעפירט און אויפ׳ן זאמד ארויפגעהויבן. האט דאס מיך דערנאך אין דער מדבר געבראכט. האב איך זיך דארט אין געצעלט באזעצט. באזעצט און אלע דורכגײענדיגע און אלע אהין־זיך־לאזנדיגע פון אדהין־צו־גײן װאורען. - און דאס אינגאנצן♦ און דער קרעציגער האט זײן דערצײלן פארענדיגט. און דער קרעציגער איז שטיל אזוי. אונטער זײן מאנטל־אײנגע־ הילקײט געבליבן, און אזוי און אײנשװיגן־װערנדיג. פאר־ שטעל־־יט און מיט קאפ אראפגעלאזטן, האט מיט קערפער און מיט שטײען שטומן אױפ׳ן ריז און אויף זײן איבער־ אים־שטײען געװארט• - און װאס זאל איך איצט טאן, זאגסט דו? - נישט גײן• - און דער פויגל, װאס רופט? - איז פון אירע שליחים. שטיל און אײניגע מינוטן. און דער ריז האט זיך דאן פון זײן אנגעבויגן־שטײן אויפגעשטעלט. און דעם קאפ צובש האריזאנט און אהין, װאו דער פויגעל איז אװעקגעפלויגן פריעמ געקערעװעט. האט ער אים געזוכט און מיט די אויגן אים אױסגעזעהן, איז ״ער נישט געװען און פון ערגיץ זיך נישט באװיזן, איז דערנאך אזױ א שטיקל צײט פארבײ. איז ער פון װײט צוריק צופליהן געקומען, אנגעפלויגן און ארום ריז זיך דרײען גענומען. - און װאס האסט דו געװאלט, ריז? - דעם אמת װיסן• - פון װאס? - פון דער ריזן־טאכטער און פון דײן שליחות. - ס׳אןז אמת. - און דער קרעציגער װאס זאגט? 32