Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 25 (sequence 42)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--044-9581329- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
אםזיב כםליו חד׳ד כו אויף זײן װאגן און פון מצוה װעגן אים געבראכט צופירן אין נאהנטן שטעטלדיגן טאל• דאס איז אלץ געשעהן נאך דאן אין אנהײב כסלױ אין דער צײט דער זויערעה װען איבער ״סאב״ דעם טײך דעם לאנגן איז געהאנגען א בלינדער טאג״ אן עסעריגער און א פוילער• ראבן זײנען געפלויגן אפ און אויף- און געהודעט האבן פוסטע שמיטה׳דיגע טעלעגראף־דראטן. ראבן האבן אויף זײ גערוהט״ ראבן האבן געטראגן שװארצע קולות אראפ אראפ און בא־ פאלן דארט א טאפאל אן אײךאוךאײנציגן. קעגן איבער דעם טאפאל איז מיד און אלט געלעגןדער שטעטלדיגער טאל. ס׳האבן געדרומלט שורות. שורות טשערעפענע דעכעה שול־ דיג זיך געטוליעט אײנם צו צװײט און געגליטשט זיך אראפ. אראפ צום סאמע ברעג. אין אנדהײב נעפלדיגן מארק בלאגקט א װײסער פלעק> ס׳שטײט דארט שעהן־לאנג א װײסע ציג און נעבן איר-אן אלטער אפגעריסנער חסר־דעה. ער גל־^עט די ציג און בײדע גלױוערן - דער חסר־דעה און די ציג - בײדע מעלודגרה׳ן. איז שטיל און תעניתדיג און קאלט. און נעבן דער אלטער קרומער קהלה־שטוב װארט אל־^ץ די פיר מיטן געבראכטן פרעמדן הרג- און אין אקעגנדיגע הײזער־פענסטער קל־^עפט מען און מע קוקט. װי מענשן גע־ נײענען אײציגװײז צום װאגן. אהן הארץ און אהן װעהן גע־ נײענט מען דארט צום װאגך װי הינט אדער װי װעלף צו א זײעריגך יעדער טוט דארט שטובם א שמעק פון טויטן און גײט אפ• ס׳טוט א קל־־^אפ א הינטער־טיר אויפן ארט פון א געװײן׳ און ל־^אזט ארוים ניט מעהר װי א געשריי/ װאס טאטע טוט אויף קינד: - זיץ אין שטובן און װידער שטום און טויט דער דרויסן• קײנער פארט שוין ל־^אנג פון שטעטל ניט ארויס. און פעלד איז פוסט און ײד איז הפקר. א קוימען אויף א דאך?־1אזט פויל ארויס דעבם נשאר פון א רויך. און א קעגן דא ניט װײט״ אין מארק שװארצט זיך אלץ א רעדל - שטײען פיר געצײלטע לאנגע טאטעדיגע בערד און אל־^ע קוקן זײ אהער און שטוינען• פון אײנעם שמעקט מיט אלטן ציגךבאק. פון צװײטן - מיט גערויך פון קאלטן מילכ־ דיגן קריגל. פון דריטן - מיט זאפט פון װינטערדיגע קעלער־ איז געקומען אנהײב כסלױ תרע״ט• ברודיג־געפרוירענע לופט רויכערט איבער פעלדער״ װי קאלאמוטנע קאלטער דרומל♦ שטיקער הימל װאלגערן זיך דורכאוים אויף בערגלאך ערד פארחושכט, צעריסן/ װי מיט פיס צעטראטך נאר אװעק די פים. שוין נישטא זײ מער - פארהוילן און פארשװינדן מיט טריטי-מיט ריזיגע• איבערן גאנצן שטח פון װינקל דא, פון ײדן־קאנט דעבמ קרעמערשן און גרויסן״ נאגט אן אלטע װעלט א זויערע״ אן הפקר־װעלט יפרײ פאר קעלט פון װינטער צײט, פאר װינט, װאס קאךופון צפון בלאזן און פאר צרה, װאס דארף נאך אויסברעכן און קומען פון װײט פון װײט, פון אן הפקר־שטאט אן עקסטער״ װאואלץ האט שוין אויסגעבראכן און געטראפן: - א גרויסע שחיטה איז דארט געשעהן. און הימל קויט װײסט דערפוך און װינטער טאג, און פאר־ שלאפן דארף״ װאס האלט נאך אלץ אין ברויזנדיגן שװײגן און װארט נאך אויס••• און זעהט אויס שטום, װען ײדן פארן עס א דורך♦ טעג זײנען דא א מאל געװען לעבעדיגע, װי אין יעדן לאנד♦ איצט װערן זײ געבוירן טויטע, פארפרירן גלײך און זינקען אײן אין נעפל• און װאכן לאנגע פון גרויער לקוי־חמה ציהן זיך און ציהן• קהלות ײדישע פון שטעטלאך נאהענטע שרײבן זיך געהײם א דורך װעגן שמירה, און אין דער געגנט דא׳ דער נאקעטער און הוילער״ האט מען שוין געפונען דעם ערשטן ײדישן הרג• אין א װינטער־טאג א ניט־דערפרוירענעם׳ װי קאלטער זויער־טײג צעצויגענעם, האט מען אים געפונען בײ דער שמאלער באן ליניע, צװישן פארקאװעטן טײך ״סאב״ און צװישן טאליגן קוים־באשנײטן דארף ״?־1יק״• ער איז דארט געלעגן מיטן פנים ארויך הפקר, צעהרגעט און פארפרוירך די הענט פארשפרײט צו גארער װעלט, די פאר־ קילטע אויגן אפך די לינקע ברעם צעשפאלטן ביזן עק פאר־ קנײטשטן שטערן און די ליפן אויסגעצויגן און אנגעשטעלט, גלײך אין שטומען אנגםט האבן זײ געװאלט ניט געבן א גע־ שריי/ נאר טאן א םמאקע: - או... װאו.. או... װאי.. און מער גאר• א?־1אנגער מת פון באן ארױסגעװארפן; א שטיק־קלעמענדיג רחמנורת אין געשטאלט פון א פרעמדן ײדן-אן אײביג ניט־דערפארענעם דורכפארער♦ און געלעגן איז ער אזוי א טאג און צװײ און דריױ ביז אן אלטער גוי א גל־^ויביגער האט אים ארויפגעװאלגערט