Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 24 (sequence 41)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--043-9581328- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
״האט אויפגעציטערט דער קיניג- איז ארויף אין אויבער־ שטיבל אין טויער און האט געװײנט? און אזוי האט ער גע־ זאגט גײענדיג׳. ״מין זון אבשלום- מײן זון״ מײן זון אבשלום! בעסער װאלט געװען מײן טויט פאר דיר אבשלובמ מײן זון- מײן זון...״ דאס איז דער גרויסער סטיל פון דער ביבלישער נאװע־ לע. א גריך װאלט דאס אנדערש דערצײלט• ער װאלט דאס גאר ניט געבראכט צו קײן קאנפליקט צװישן פאטער און זון אדער געװיזן דעם קיניג פארן שטארקערן אין קאנפליקט. דער ביבלישער דערצײלער זעהט דא בלויז דעם זון- דעם פאטער. אזוינע מעשױת זײנען געװארן דער קראנץ צו דוד׳ם לעבן. אין דער ױגנט װי אין דער עלטער זעהן מיר אלץ אין מיטלפונקט דעם מענשן- דעם העלדישן- דעם זינדיגן׳ דעם תשובה־טוער- געשטראפט מיט די קינדער- און ער שטארקט זיך שטענדיג דורך שולד און װײ אין זיך און אין גאט״ אזוי״. ער לעכצט נאכן צװײטן לויפער. און שוין פאלט ארײן דער כושי. קײן שלום- קײן פארבויג דעם קאפ- די קני׳ קײן לויב פאר גאט• ״זאל דער קיניג װיסן׳ אז גאט האט דיר הײנט אויפגעריכט פון דער האנט פון אלע״ װאס ד־זאבן זיך געשטעלט קעגן דיר״• אלע? צי האט דעם קיניגס אויער גע־ כאפט- װאס דא איז געמײנטי אבער דער קיניג װיל ניט קײן װינק? װיסן װיל ער- און בלויז װעגן אײנס: ״צי איז גאנץ דער ױנג אבשלוםי״ דער כושי מײדט ניט אויס דעם ענטפער• דעם קיניגס אויג איז געשמידט צו זײנע ליפן: טויט אדער לעבן? און דאן קומט דער סוף: נישט דער זון- נישט דער פרינץ? אײ־ נער פון אסך אזוינע- װידערשפעניגער צװישן װידערשפעניגע- אלויב צו גאט אנשטאט א אפענעם ענטפער: ״זאלן זײן אזוי װי דער ױנג אלע פײנט מײן האר דעבמ מלךס און אלע׳ װאס זײנען אויפגעשטאנען קעגן דיר צו שלעכטס.״