Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 14 (sequence 31)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 70% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--033-9581318- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
זײ אבער פון יענער סארט גרינקײט פון דער יאשטשערקע• אט די רײכקײט פון װירקונגען אין אײן אײינהײט אלײן רופט בײ אונז ארויס א באגריף פון אזא עשירות- אז דער חן פון די דעקאראטױוע בלומען זעהט אויס לעבן אים װי שרײענדיג און װאלװעל און פון גאר א פשוט׳ערן סארט• אין דער נאהענטקײט פון אזעלכע באשעפענישן ל־יאזט זיך די שטים אראב״ און ס׳װאלט זיך װעלן עקסטרא אויסטראכ־ טען פאר זײ גאנץ אנדערע בלומענטעפ און בלומענטישלעך. ס׳װאלט זיך װעלען אריבערטראגן זײער באזונדערקײט אויף אנדערע זאכן און אויף זיך אלײן• אט די אלע מינים פון אויג־הנאה האט סעזאן אונטערגע־ הערט. און ער האט נאך מעהר דערגרײכט. ער האט דאס שטילע געמאכט רײדנדיג. אט דער דאזיגער גערטנער האט א גרעסערן װאונדער אויפגעטאן. ער האט זײן אײנפארביגע קאמפאנולא ארײנגעזעצט אין רעכטן מיטן גארטן און פונ־ דעסטװעגן ציהט זי צו צו זיך דאס אויג פון דערװײטנס• און דאס איז גאר ניט קײן בלום. נאר א שטוב צװישען בוימער׳ א דארף. א טײך מיט בריקן׳ א מענשליך געזיכט. געשטאלטן אין א װאלד, פירות. פעלד׳ ערד- הימל. א גאנצע װעלט• פונ׳ם טעכנישן פראבלעם װילן מיר לכל־הפחות נאר אין אלגעמײנע װערטער דערמאנען. סעזאן מאדעלירט ניט מיטץ צײכנעץ און באנוצט ניט קײן ליניעס. ער האלט זײ פאר אויסגעטראכט און זײ פאסן אים ניט ארײן אין זײן ריטם• ער מאדעלירט נור מיט פארב און טאן♦ פארװאס אבער פארט בלײבט אנ׳אײנדרוק פון אזא רײכקײט אין געשטאלטן? דער שטײגער איז דאך. אז די דא־ זיגע אפטאנונג איז מטשטש דאס בילד: װי אזוי ראטעװעט זיך סעזאן פון דער דאזיגער סכנהי דורך די צײכנערישע שטופן צװישען די טענער. דער טונקעלער טאן פאיד־׳ט ניט ארײן פלוצלונג אין א העלך נאר מיט דײטליכע הפסקורת- װאס װערען ריטמיש געארדענט דורכ׳ן פענזיד־1. די שריפט פונ׳ם פענזיד^ מאכט די חלקים. אײגנטליך טוען עס מאנע און זײנע חבירים אויך. זײ טײלן אויך פונאנדער די פארבן מיט׳ן פענזל. כדי ס׳זאל בולט׳ער ארויסקומען די געשטאלט. װארום א שטח מיט באװעגונגען װירקט אסך שטארקער אײ־ דער א גלאטער שטח פונ׳ם זעלביגן פארב• דעלאקרוא האט שוין אזוי געמאכט און אין פרינציפ האט װעראנעז אויך ניט אנדערש געטאן. די פארבן װערן געטײיל־׳ט דורך לאנגע. קײלעכיגע אדער שטארקע שטריכן. כדי די קראפט פון דער ליכטיגקײט זאל ארויסקומען שטארקער. קירצן די אימפרעסיאניסטן אפ די שטריכן. און כדי דער שטח זאל־־1 אויסזעהן רוהיגער. מאכן זײ גלײכמעסיגער די פאסיקלעך. בײ מאנע זעהען אויס די דאזיגע שטריכן אזוי װי די מרכא׳ס פונ׳ם טראפ. בײ סיסלע זײנען זײ לענגליכע. בײ פיסארא מעד־זר געפינטלט• אט די גלײכקײט פון די שטריכן גיט צו דער טײלונג א מין נטיה צו דעקאראציע און דער מעכאניזם דער־ פון װערט נאך בולט׳ער. װען מען פארגלײכט זײ מיט די אלטע מײסטער. א שטײגער דעלאקרוא. בײ דעלאקרוא פאר־ מאגט יעדער שטריך אי פארב אי בילד• און ס׳איז ניטא קײן שום ארט פאר דאס מעכאנישע. אין די בילדער אבער פון א סוירא. סיניאק און אנדערע נעא־אימפרעסיאגיסטן װערט דער מעכאניזם אלץ בולט׳ער. די פלענער. הינטען׳ גאנץ װײט״ לויפט אין דער לענג פונ׳ם בערגיד־1 דער בויגן פון א איד־^טער װאסערלײטונג אדער דער קלויסטער. װאס קוקט ארויס פון קײלעכיגן ב^זרג• דאס איז א שטראלנדיגער- פינקלדיגער פראװאנסאלישער פײזאזש. גרויסארטיג אין זײן צניעות׳דיגער גדלות• אט די צײט פון סעזאנס שאפונג פארמאגט אלץ: אויס־ דערװײלטע לײדנשאפט״ פײנעפם גײסט און געשמאק. עכטע נאטור. שפיל. ערנסטקײט און טאנץ. נאר אײן זאך פעהלט: דער אימפרעסיאניזם• סײדן מ׳זאל אנרופן אימפרעסיאניזם אט יענע פלעקן־טעאריע װאס באנוצט שײנע פארבן• קײן סימן ניט פון אנאליטישער באטראכטונג. װאס מאכט דאם אויג צובם אביעקט. איז סעזאן א הײנטמאדישער? מיט דעם זעלביגן רעכט מעגען מיר איבם צורעכענען אויך צו די פארצײטיגע מײסטערס. פונ׳ם אימפרעסיאניזם האט ער אריבער גענומען נאר אײנס. די רעמבראנדטשע גבורה פונ׳ם בילד. דאס פינ־ קעלדיג שטיל־לעבן. די מאנומענטאלע פײזאזשן׳ האבן ניט קוקענדיג אויף זײער גאנצער עשירות פארט ניט געהאט דאס. אויף װאס דער פראנצויז קען בשום אופן ניט מװתר זײן: דעם נױאנס. דאס האט ער געפונען אינ׳ם אימפרעסיא־ ניזם. זײן מאלער־ברעט װערט העלער• אנשטאט דער קראפט־ פולער פארב פארנעמען איצט דעם אויבענאן די אפשטופונ־ גען. װאס שטאמען ארויס פון די פארבן. עס דתויבט זיך אן די קאמערמוזיק פונ׳ם מײסטער. זײן טאן־קונסט. ם׳זײנען פאראן פילפארביגע בלומען און אײנטאניגע בלו־ מען• די פילפארביגע בלומען זײנען אבער אלײן צונויפגע־ זעצט פון אסך קאנטראסטן. אדער זײ רופן ארויס א שטאר־ קן קאנטראסט צו יעדער אומגעבונג• זײ באהערשן אונז גרינג און פארנארן אונזער בליק שוין פון דערװײטן• אזוי זײנען ליליען. טולפן. מאן. אלערלײ פעיד־^ד־ און גארטן־ בלימלעך• דער סוד פון זײער חן באשטײט אין דעם. װאס די שטארקע פארבן װירקן פון דער װײטנס. אנדערע בלומען הויבען ערשט אן צו משפיע זײן אויף אונזער אויג װען מען נעמט זײ אין האנד ארײן. דאס זײנען בלומען פארן צימער• די הײנטיגע סעדערײען ציהן אויף גראד אזעלכע מיני בלו־ מען. פאראן הײנט א נײע גרינע קאמפאנולע (א גלעקד^־ בלום). זי פארמאגט נור אײן פארב. מעהר נישט װי גרין. װי די גרינקײט פון א קלײנער גרינער יאשטשערקע. דאס איז זעהר א שטילע פארב. און פונדעסטװעגן װיל מען נישט קײן אנדער גרינקײט נאך דעם אנקוקן. ס׳טוט װעה די אויג קו־ קנדיג נאכדעםם אויף אנדענע מיני גרינס• אזוי װי א גאנץ פערזענליכע זעלטען־טײערע װערדע װאלט אונז פארבונדן מיט דער דאזיגער פארב• אין דעם דהאריגן העלזעלע פון דער דאזיגער בלום איז נאך די גרינקײט ניט קײן בולט׳ע. זי װערט ערשט רײכער און העלער אין די גרינגע כװאלע־ לעך פון די פוכיגע בלעטלעך. װעלכע זײנען ןייױיגנטליך זעהר ענליך צום האלז פון דער בלום. זי דערד־־זויבט זיך נאכאמאל און באציט זיך מיט א דורכזיכטיג הײטעלע אינ׳פם קלאסיש געצײכנטן אויבערשטן גלעקעלע און דערכגרײכט די העכסטע מדרגה פון דער שטילער פראכט אין זײנע האלב־ זילבערנע טיפענישן. און גאנץ אינװײניג טיף אין גלעקעריע זיצען גרינינקע פינטעלעך. יעדע גרינקײט איז א מין פאר זיך. װאס איז ניט ענליך צו דער אנדערער. און אלע זײנען