Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 15 (sequence 32)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 72% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--034-9581319- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
!י!?׳ו ־י 1 15 בלײבן מיר בײ דער פארבשיכט/ אזוי שטעלט זיך דא ארויס א גערײניגט סיסטעם- לויטץ שטײגער פון די איד־׳טע מײסטערס און פון דעלאקרוא/ בארײכערט דורך אלע מעגליכ־ קײטן פון דעם אימפרעסיאניזם• א באװײז פאר אטדער טי־ פער באציהוננ צו דעלאקרוא איז דאס אקװארעל נאך דער מעדעא אין ליל (זײט 9). דאס אבער איז נור א גראבער סך־הכל פון סעזאנס טײ־ לונג• װער סע קען גוט קוקך דערקענט אין בילד אײנצעיד־1 בילדער פון אזעלכע שטריכעלעך און שטרײפעלעך װאס פאראײנפאכן אויף א געװיסן ספערישן אופן די אײנצעל־ הײטן פונ׳ם מאטױו• װאלט מען קענען ארויסנעמען אטדי אײנצעלנע בילדער (די געשלאסנקײט פון דעם גאנצן בילד װעט עס באמת קײנמאל ניט דערלאזן) װאלט מען זײ דער־ קענט אלס געאמעטרישע פיגורך חלקים פון קובך צילינדער א• ד• ג• מיר קומען צו א אנאטאמיע פון בילד אויף געאמעט־ רישע יסודות• ״אלץ אין דער נאטור נעמט אן די פארמען פון א באל/ א קאנוס אדער א צילינדער״ אזוי שרײבט סעזאן צו עמיל בערנאר• די געאמעטריע און די אפטאנונג- אט די געצײג מיט װאס סעזאן מאכט זײן נאטור- זײנען גלײכצײטיג זײנע נויטיגסטע כלי־זין קעגן דער נאטור• דאם איז א דאפעיד־״טע זיפ- דורך װעלכע ער זײט דורך זײנע איברלעבונגען- ביז זײ באקומען א אלגעמײנע פארם• אט דער דאפעלקלאנג זײנער גיט עס סעזאנען א ארט אײ דער קונסט פון אונזער דור• סעזאן איז געשטארבן 68-1908 יאר אלט- מיט דעם פענ־ זעל אין דער האנד• א חודש פאר זײן טויט האט ער געשרי־ בען אײנעם א מאלער אז ער האפט איצט צו מאכן א פאר שריט װײטער• ױליוס מײער־גרעפע סעזאן האט געװאוסט אז אין דעם פרט זײנען די תלמידים פון דעלאקרוא זעהר צװײפלהאפטע ױרשים זײנע• דהאט ער די טײלונגס שיטה בארײכערט: די סיסטעמאטיזירונג פון דער האנדשריפט ביד־יײבט- אבער די דאזיגע סטרוקטור באשטײט פון א סך פארשידנע אײנהײטן• מע דערקענט תיכף א גאנצן שנור פון פינטעלעך- שטרײפעלעך און פאסקעל־יעך• יעדעס בילד איז אויף אנ׳אנדער אופן געשנירעלט און אין יעדן ענדערן זיך זײנע חלקיפם• די געבויגענע שטריכעלעך- פון דעלאקרוא׳ס שטײגער- בײטן זיך מיט קלײנע און קלענערע און געפאסקעװעטע שטחים• אט די שנירעלעך ציהען זיך אזוי װי איבער דעם גאנצען בילד און האלטן עס צוזאמען- אבער אין דעראמו־ת׳ן זײנען זײ נור א דורכזיכטיג נעץ איבער אנדערע- ניט װעניגער דורכזיכטיגע׳ סטרוקטורן• אפטמאל װערט דער פענזעל דין װי א האר און באלד צע־ לויפט ער זיך װײטער אין אקװארעלארטיגע ר־יוזשעס• דער דרוק פון האנד פאלגט יעדן אײנפאל פונ׳ם אױסדרוק• אומע־ טום פילט זיך די גדלות פון דעם סיסטעכם. דאס סיסטעפם גײט פריהער פאר דער נאטור װאס זי שילדערט• און ןי^ז מען װיל עס אנטאפן - שטײט פאר אונז א בארג- א פרוי- א פויער♦ סעזאן מאכט קײנמאל ניט אזוי װי מאנע- װאס רײסט צו זיך די נאטור שוין מיט די ערשטע פאר שטריכן. מדרגות׳װײז שטײגט בײ סעזאן די געשטאלט- אזוי װי בײ מארע? ניט מעהר- די פארבשיכט בלײבט בײ אים שטענדיג דין. לכתחילה- װען עס הויבט זיך אן- װימלט עס אויפ׳ן לײ־ װענט פון כל המינים פארביגע- ריטמישע שטחים• צען פײזא־ זשען אנשטאט אײנעם אינ׳ם געטומל. די גרינקײט איז זאפט נאך אײדער זי איז בוים און בלײבט אויך שפעטער זאפט• מאנע האט געװאלט נור אײן פייזאזש- אטדעם אויסשניט װאס פאר זײנע אויגן• סעזאן װיל הונדערט פײזאזשן אין אײנעם•