Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. [Seite]

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
[Seite] (sequence 22)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
69% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--024-9581309
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

י/ ישכר־בער ריבאק. שוימט מיט אײנגעהאלטענער לײדנשאפט״ פאר זיך און אנ־ דערע ראנגלט זיך איצט דער ױד• ער האט אויך װי די אנדערע הײנטיגע געזעהן דזשיאטא און גרעקא און האט מיט ציטערניש דערפיהלט זײן קרובה־ שאפט מיט זײ. באזונדער שטארק האט ער דאס געפיהלט בשעת ער האט געהערט אין הײמישן קרײז דערצײלן פארצײטי־ גע און חסידישע מעשױת פון גוטע ױדן. און אז ער פלעגט זיך ארומזעהן אין דער אלטער שול - (פארהאן אלטע שולן פון 18 יארהונדערט מיט געדיכט באמאלטע װענד און באל־ קענס) האט אים באהערשט דער זעלביגער רוח־הקודש און א זיסע דבקות און בענקשאפט - די בענקשאפט צו מאלן אזוי װי אטדי פארצײטיגע װאנדערענדיגע מאלער פון דער װאונ־ דערבארער צײט״ װאס פלעגן אנשלאגען אמאל אין דער הײלי־ גער קהלה װארמס און מארגן - אין דעם פארװארפענעם שטעטל קאפיס- ערגיץ װאו אין רײםען• האבן זײ משונהדיגע זאכן געמאלט: א טײטל בויפם׳ און א אלטע האנדעלם־שיף. און דעם לויתן װאס טראגט אויף זיך די שטאלצע שטאט װארמס״ אדער אפשר איז עס גאר ירושלים- די שטאט פון חלום און בענקשאפט? נאכדעם מאלט ער קונציג פארדרעהטע אראבעסקן• די פאנטאסטישע און רוהיג־צוקוקענ־ דיגע װעלט פון מזרח און די אויפגעברויזט־שטורמדיגע גע־ פיל־װעלט פון מערב האבן זיך אויף א משונהדיגן אופן צו־ נויפגעפלאכטן אין דער ױדישער פאלקסקונסט• די פארבן־ פרײד פון מזרח איז אביסל אפגעשװאכט געװארן דורך דער בארירונג מיט דעם פינסטערן באראק. די פײנע ליניען־צײכנונג פון דעם געדולדיגן מזרח־מענש איז געװארן אביסל גרעבער און גשמױת׳דיגער אין די הענט פונ׳ם ױדישן פאלקסקינסטלער. שאגאל- ריבאק און א סך אנדערע האבן פון אטדי פרי־ מיטױוע מאלערײען אויף די װענד פון די בתי־מדרשים בא־ קומען דעם ערשטן שטויס. דאס׳ װאס זײ האבן דא געזעהן- האט באשטימט דעם גורל פון זײער שאפונג און דעכש גאנצן שניט פון זײער קינסטלערישער שטימונג. אנטקעגן דער אויסגעצאצקעטער עלעגאנץ און דער שטי־ פערישר גראציע פון דער פריערדיגער קונסט- װאס האט נאך געזוכט איר שאפונגס־שכינה אין דעם מלכורתדיגן ראקאקא און אין דער בעל הבתישר ראמאנטיק (איז דאך אין די לעצטע יאהרן פאר דער מלחמה דער אימפרעסיאניזמוס פארפלאכט געװארן כמעט צו א מין סאלאנקונסט)׳ זײנען די נײע קינסט־ לער - און די ױדישע בתוכם - אויפגעטרעטן אויף א מעהר גשמױת׳דיגען אופן• דוקא די אומבאהאלפענקײט פון דער פרימיטױוער מאלערײ און פון דער פאלקםקונסט האט געװירקט מיט א איבערצײגנדיגר קראפט אקעגן דעם איבערגעשפיצטן זשעסט פון די מפונקים און נאכמאלער• אין אטדער האלטונג האט געשטעקט א גײסט פון מרידה״ פון בונט• ױנגע סאציאלע שיכטן״ גײע אומבאנוצטע כחות האבן זיך א הויב געטאן קעגן א קונסט װאס איז געשטאנען אין א סכנה צו פארװאנדלט װערן אין א ענגן אײנגעשלא־ סענעם ספעציאליסטן־קרײד מעשה צעך. װאס װילן זײ׳ די נײע'? די ױדן צװישן זײ גײען אובם און זוכען זײער רוח־הקודש איבער בית־עולמ׳ס- אץ דער אלטער ױדישער שטוב׳ אויף דער ױדישער גאס׳ אין שול־1. האבן דען די קינסטלער פון פריהעריגן דוה גאטליב און דער אלטער (אקטאבער 1917)

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.