Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 4

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 4 (sequence 21)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
79% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--023-9581308
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

גי •?. ״* . י '?•, $8$* 4 שקלאװערשול (אױגוסט1917). ישכר־בער ריבאק• רײסט זיך צו גאט• אט אזוי זעהן עס האט געקענט נאר א קינסטלער• אין װעמענס הארץ עס לעבט פול דאס געפיל פון א אויסגעבונדנקײט מיט זײן פאלק• אין 13 יארהונדערט אין שפאניען האט דאס געפייד־1 פון דער פאלקסאײנהײט נאך געלעבט אין א גאר הויכער מאס• אויך בײ אונזערע ױנגע קינסטלער פון הײנט איז אטדאס געפיל פון דער צוגעהעריגקײט צום פאלקסארגאניזם פון דאס נײ געװארן אנ׳ערלעבעניש• װידער א מאל• װי שוין זעהר לאנג ניט> האבן זײ דערפילט זײער שײכות מיט דער פאר־ גאנגענהײט - מיט דער ױדישער פארגאנגענהײט• און אנגע־ װעהטיגט זיס> מיט דער גאנצער התלהבות פון יאוש פיד־זלן זײ די שותפות׳דיגקײט פון דער געגענװארט• זײנען מיר דען נישט אײן פאלק אין אל די רדיפות• איז דען אונזער אלעמענס גורל ניט ענג צוזאמענגעפלאכטן? און װײל זײ פיהלן אזוױ איז זײער שאפונג אזױ װיכטיג פאר דער הײנטיגער קונסט און טראגט אין איר ארײן אזא שטארקן פערזענליכן אקצענט• װארום קודם כל זוכט אונזער צעריסענער און אויסגעפײניגטער דור - אן אויסדרוק• ער אלטערליכע הגדות של פסח• עטליכע שענע פראבן ברענגען מיר אין דער נומער• מ׳זעהט אז פארץ קינסטלער איז עס געװען זעהר א חשוב׳ער ענין• דער סדר איז פאר אים א דבר שבקדושה און ניט גלאט סתם א מנהג• און װײל דאס געפיל פון פאלקס־אחדות איז געװען לעבעדיג אין זײן נשמה> האט יעדער סימװאל פון דער דאזיגער אחדות באדײט פאר אים א טיף ערלעבעניש• עד הױם באטראכטן מיר מיט א אינװײניג־ סטן ציטער זײן בילד פון מתן־תורה (ז• 7) אין די אילוסטראציעס פון דער סאראיעװער הגדה• ארומגעריגגלט פון װאלקענס רויך און פײעריגע צונגען- װאס ראמען־אײן זײן געשטאל־׳ט׳ שטײט משה רבינו הויך איבער די קעפ פונ׳ם גאנצן פאלק• זײן קוק איז ניט געװענדט אונטן צום פאלק צו> נור גלײך• אין דער װײטער אומענדליכקײט ארײן• און מיט בײדע הענט האלט ער הויך און גראד די שטײנערנע לוחות• דער ברײטער עולם װאס טומלט זיך אונטן און קוקט צו אים ארויף זעהט אויס װי א ברײטער זיכערער פונדאמענט פאר דער שלאנקער פיגור פונ׳ם פירער• דאס גאנצע בילד איז װי אויסגעגאסן פון אײן שטיק> א תפילה• דאס אויפברױזן פון א נשמה װאס 4

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.