Milgroym
- Journal
- Milgroym
- Volume
- 1922
- Issue
- העפט 1
- Date
- 1922-01-01
- Page
- Seite 3 (sequence 20)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/9583346-9583348-9581288--022-9581307- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ימ^^ײיס * מרים׳ס געזאנג• פון אנ׳הגדה פון 14־טען יאהרהונדערט (בריטיש מוזעאום 2737 .ז0) רען אופן און מאכט נאך הײנט״ נאך זעקס הונדערט יאר- אויף אונז דעם זעלביגן געװאלטיגן רושם װי אמאל. לאמיר אויף אײן װײלע פארגעסף מיט װאס פאר א מיטלען דער דאזיגער אונגעהײערער רושם איז דערגרײכט געװארן. װארום איז דען באמת דאס מיטעל דער עיקר? דזשיאטאס קונסט איז טאקי די קונסט פון שטח- אבער די קונסט פון גרעקא- װעלכע װירקט אויף אונז נישט װעניגער סוגעסטױװ איז די קונסט פון רוים• דזשיאטא שטעלט אויס זײנע פיגורן פון פארנט, מעשה־ פראצעסיע. און גרעקא שטעלט זײ אויס קײלעכיג. און זאגט זיך נישט אפ פון צו מאכץ דעם רושם פון א טיפן חליד־1. אדרבה דורך דעם װאס ער איז מרמז אויף עפעס א הינטער־ שטן רוים- װאס פאסט אײן און שליסט אפ דאס גאנצע בילד- װעבט ער אונז אטדי אויסטערלישע געדיכטקײט פון דער אטמאספערע. און רופט ארויס אט יענעם ברען פון מיסטישער דבקות מיט װאס עס צײכנן זיך אזוי אוים זײנע בילדער• די קונסט פון דזשיאטא און גרעקא איז רעליגיעז. אהן דער רעליגיעזער התלהבות װאלט זײער שאפונג געװען אוממעגליך. אטדי רעליגיעזע התלהבות איז עס אויך װאס װירקט אויף אונז אזוי שטארק אין די אילוסטראציעס פון די מיטיד־1־ װי א טעפיך. און דארף ניט ארויסרופן דעם רושם פון א טיפן חלל. װער ס׳האט אמאל ארײנגעקוקט אין ױסף אבן־ חײם׳ס אילוסטראציעס צום תנ״ך׳ װעט מוזן מודה זײך אז ער איז געװען גערעכט• אטדאס פראבלעם קומט תמיד װידער אויף• צי זאל זיך די מאלערײ - דאס הײסט. די קונסט צו באארבײטן א שטח מיט פארבן/ - צי זאל זי זיך סטארען פארצושטעיד־ין אויך דעם רוים אין זײנע דרײ דימענזיאנעך אדער זאל זי בלײבן אין אירע גרעניצן און זאל זיך אפזאגן צו מאכן דעם אײנ־ דרוק פון א טיפן חליד־1? דער מיטעלאלטערליכער מאיד־יער פלעגט זיך ארויסדרײען דערפון אויף א קלוגן אופן: ער פלעגט בויען זײן סצענע נישט אין דער טיעף נאר אין דער ברײט• א המון מענשן פלעגט ער דאס רוב מאלן װי א פראצעסיע׳ װאם שפאצירט פאר די אויגן פונ׳ם צוזעהער פון רעכטס אויף לינקס אדער פארקערט• ער װאלט קײנמאל ניט געהאט די העזה צו באנוצן אזא עפעקט װי ס׳קומט אפט אוים צו זעהן׳ למשל ׳אין קינעמאטאגראף - אז א זאך לויפט ארויף אויף דעם צוזעהער (די אײזנבאן למשל אין קינעמא־ טאגראף)• אבער דער קיגעמאטאגראף אויך אפײד־^ו מוז אנקומען צו פשרות. דער לאקאמאטױו װאס לויפט אויף דעם צוזעהער ארויף מיט גרויס אימפעט און װערט אלץ גרעסער און שרעקליכער- פלוציד־יינג- אין רעכטן לעצטן מאמענט- פארקערעװעט ער זיך בשעת עס דוכט זיך אז אט אט שפרינגט ער ארויס פון דער לײװענט. אויף רעכטס אדער לינקס און די װאגאנעס קוקן שוין ארויס פון דער זײט. באװעגנדיג זיך פאמעליכר און בארוהיגנדער. דער מאלער קען ארויסרופן דעם רושם פון טיפקײט- װען ער גיט אכטונג אויף פערספעקטױוע. דער מאלער פון דער רענעסאנס צײט למשל פלעגט זיך סטארען משער צו זײן גע־ נוי װי װײט װערן די זאכן קירצעת דורכדעם. װאס זײ דער־ װײטערן זיך פונ׳ם אויג. ער פלעגט אויך שטודירן די פאר־ ענדערונגען פון די פארבן פונדערװײטנם. אט אזוי האט ער געמײנט אז דורך די פערספעקטױוע פון ליניען און לופט װעט ער קענען געבן די אילוזיע פון דער װירקליכקײט• אין די זעכציגער יאהרן האבן די אימפרעסיאניסטן פאר־ פײנערט די אילוזיע־מאלערײ דורך דעם. װאס זײ האבן צע־ טײלט די פארבן אויף זײערע עלעמענטן- למשל. גרין אויף געל און בלוױ און אזוי װײטער. זײ האבן באנוצט בײ׳ם מא־ לן נור די עלעמענטארע פארבן און דתאבן עס איבערגעלאזן דעם צוזעהער גופא אז ער אלײן זאל פארזשמורנדיג די אויגן און אװעקגעהנדיג אביסל װײטער פון בילד העלפן אז די פארבן זאלן זיך קאמבינירן און די נויטיגע אילוזיע זאיד־1 באשאפן װערן. די מאלערײ איז געװארן א מין װיסנשאפט- א י־־׳ימוד װעגן פארבן. און די קינסטלער פלעגן זיך אויף א װײד־יע פארטאן אין אט דעם לימוד•, אבער װאס די מאלערײ האט געװאונען אין אילוזיע האט זי פארלוירן אין אױסדרוק• מ׳האט באלד באמערקט. אז א בילד פון דזשיאטא- װאס האט נאך קײן שום השגה ניט געהאט פון פערספעקטױוע און אודאי ניט פון פרײליכט־מאלערײ/ דוקא דזשיאטא רעדט צו אונזער הארצן אויף עפעס א גאנץ אנדערען׳ אונמיטעלבא־ 3