Mannheim
Compact Memory

Milgroym · 1922-01-01 · העפט 1 · p. Seite 2

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Milgroym
Volume
1922
Issue
העפט 1
Date
1922-01-01
Page
Seite 2 (sequence 19)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
76% known words query
IRI
…/9583346-9583348-9581288--021-9581306
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

װי גאר אנדערש איז געװען די לאגע אין סוף פון מיטל־ אלטעה בשעת ס׳איז אנגעקומען א מבול מיט נאטוראליזפס און האט געװאלט פארפלײצן די ארבעט פון דורור־ז אויפצו־ בויען א סטיל. די בוכדרוקערײ איז אײנגעפירט געװארן און אין דער נײער טעכניק פון מאםנפראדוקציע זײנען א םך פערזענליכע װערטן געגאנגן לאבוד• דאס גרויסען־זיך מיט די טעכנישע המצאות האט זיך אויסגעדריקט און א זאטער הנאה פון דער אויסערליכער וועלט? בלויז פון חיצונױת האט מען געקליבן נחת- און קײנער האט ניט געהאט אין זינען קײן תוך־זאכן. קונסט האט באדײט דענסטמאל אויסערליכער גלאנץ און הנאה פוץ לוקסוס• צװישן די װײניגע װאס זײנן נישט מיטגעד־יאפן״ װאס האבן זיך געשטעלט אן א זײט פון דעם ױם־טוב׳דיגען נצחון־ צוג פון א קונסט װאס איז נושא־חן בײפם ברײטן עולכם דערפאר װײל זי חנפה׳ט זײן געשמאק- איז געװען יוסף אבן־חיים. דער מיניאטור־מאלער״ װעמענס פראכטװערק איז ערשט דא ניט לאנג פון דאס׳נײ געפונען געװארן און גע־ הערט צו דער באדלעאנישער ביבליאטעק אין אקספארד. די מאדע פון זײן צײט האט אויף אים קײן שליטה נישט געהאט. איבער אים האבן געװעלטיגט אנדערע כוחות. די מאלער ארום אים זײנען נתפעל געװארן פון רײכטום פון דער נאטור און האבן זיך געסטארעט אפצומאלן: די בוימער- דעם טײכל װאס רינט דורך דעם טאל. די פאלאצן און די שענע מענשן• נישט פארגלױוערט אין יאך פון טראדיציע״ נאר פראנק און פרית װי עס פאסט פאר א פרײען מענשן״ װאס איז בעל הבית אי־ בער זיך אלײן״ דאס איז דער קונסט־אידעאל פון דער רע־ נעסאנס צײט. ױסף אבן־חײם. א שפאנישער יוז/ האט נישט געהאט קײן חוש פאר פרײהײט און פאר די שטאלצע תנועות פון דער אלמעכטיגער פערזענליכקײט. פאר װעלכער די נײע קונסט איז דענסטמאל געפאלן כורעים• אפשר זײנען אין דעם געװען שולדיג די שחיטות פון ענדע 14 יארהונדערט. װאס ד־זאבן געקאסט דאס לעבן פון הונדערטטויזענדער ױדן אין שפאניען• די אײניקלעך זײנען נאך פארציטערטע געװארן דערמאנענ־ דיג זיך אין די דאזיגע גזרות. און ױסף אבן־חײם האט דאך געשאפן ערשט אין די זיבציגער יארן פון 15 יארהונדערט• ער האט נישט געהאלטן פון די אלע חדושים װאס האבן געקענט ברענגען אין סכנה זײן ״עבודת־הקודש״. און װאם האט באמת געקענט דער נאטוראליזם געבן דער בוכקונסט? װי אזוי זאל די ממשות׳דיגע פלאסטיק. דער רוים פון די דרײ דימענזיאנען- אויסגעדריקט װערן אויף דעם פלאכן שטח פון א מיט אותױת באדעקטן שער־בלאט? א זײטל פון א שענעם ספר מוז אויסזעהן גאנץ פלאך פארצירט. מעשה־ארנאמענט- דער נאטוראליזם האטךבײ ױדן ניט געהאט קײן באדײ־ טנדע פארטרעטער• דער בוים- דער טײך״ דער בארג זײנען אלײן און פאר זיך קײנמאל ניט געװען װיכטיג פאר א ױדן״ אפילו ניט דער מענש׳ אויף װיפיל ער באדײט בלויז א אויסער־ ליכע ערשײנונג• דאס ױדישע אויג איז קײנמאל ניט נײגיריג בודק צו זײן אלע נױאנסן פונ׳ם גרינעם בלעטעלע בער־ז עס שפילט אויף אים דער זונענשײן. די הנאה װאס מיר ד־זאבן קוקנדיג אויף א טיפישע באװעגונג״ װי למשל אויף א בויער װאס אקערט׳ אויף א מוטער װאס זויגט א קינה אויף ןא פערד װאס לויפט׳ און ד• גל. איז נאך אלץ געבד־׳יבן פרעמד דעם ױדישן קינסטלער. ערשט װען די קונסט איז אװעק װײ־ טער פון דער װעלט פון ערשײנונגען״ האט זי אים אנגעהויבן צו ציהען צו זיך. לעװיטאן האט געקאנט װערן דער אויס־ טײטשער פונ׳ם רוסישען פײזאש ערשט דענסטמאל װען די נאטוראליסטן דהאבן ארויסגעפונען די על־^עמענטן פונ׳כם פײזאזש און די אויפגאבע פונ׳ם קינסטלער איז געװארן צו ארגאניזירן׳ פון ס׳נײ אויפצובויען׳ אבער ניט קנעכטיש נאכ־ צומאלן• האט ער געגעבן דעם לירישן פײזאזש״ דאס הײסט די נאטור װי זי שפיגלט זיך אפ אין די אויגן פון א אינטע־ ליגענט׳ װעמען די שטאט איז שוין נמאס געװארן. פיסארא האט געקאנט נתגלה װערן״ ערשט װען די ^*ימפרעסיאניסטן האבן געמאכט דעם פרוב אויף ס׳נײ צו ארגאניזירן די נאטור• דאס האט שוין געקענט א ױדן ציהען: אויסצוזוכן אין דעכם אפטישן רושם פון דער נאטור די עלעמענטארע פארבן % אין דעם ים פון ערשײנונגען צו געפינען די פאר עפעקטן פון ליכט. אבער קײנמאל האט זיך נאך א ױד ניט איבערגעגעבן מיט אזוי פיל התלהבות צו דער קונסט פון זײן דור װי הײנט. קײנמאל האט ער ניט געפילט װי הײנט אז די קונסט איז זײנע אנ׳אײגענע״ זעהר חשובע זאך װאס האט צו אים א פערזענליכע שייכות. װארום דער אקערער און דער שניטער אויף דעם פעלד זײנען אים פארט ניט געװען נוגע. ניט ער האט געאקערט״ ניט זײנע ברידער האבן געאקערט• די נאטור מיט איר גאנצע עשירות איז אים געװען גלײכגילטיג״ װײל־י ער האט געלעבט אין גאר אנ׳אנדער װעלט. די קונסט פון הײנט אטעמט די זעלביגע הײסע לופט װאס עס אטעמט דער ױד״ און שאפט ריטמען׳ װאס קלינגען אין זײנע אויערן• אט די קונסט איז טאקע זיין אײגן פניבם׳ בלוט פון זײן בלוט׳ און קײן קרבן איז איכם דעריבער ניט שװער פון אירטװעגן• זי קעמפפט צוליב אנ׳אויסדרוק און ער קעמפפט צוליב אנ׳אויסדרוק פון זײן תוך. די צײט איז געראטן װײל אלע װערן געטראגן פון דעם זעלביגן רצון• איצט קען זיך דער ױד אפגיבן מיט לײב און לעבן דער קונםט און קײנער װעט זיך ניט חדושן׳ אלע װעלן עס פארשטײן• 2

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.