Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Journal
- Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Volume
- 1945-1946
- Date
- 1945-01-01
- Page
- Seite 132 (sequence 134)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal volume
- OCR quality
- 78% known words query
- IRI
…/8823924-8824287--136-8824063- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
יאר-יבוך פ ר ן ״ ד י ש ן יעוב א י ן ארגענטינע פון אונפזער דעם רעמל, אוי)ס דער ערד, איז געלעגן א הויפן בײנער. פרץ האט דערזען דאם שװארצע רעמל זיך באװעגן און זיך רוקן צו א װינקל-צג אינדעם האט ער דערזען, װי אויך- די בײנער נעמט זיך ארויפציען א הויט. בײנער — הענט, פים, קעפ — גאנצע גופים... טרערן צװײ האבן זיך א קוילער־אראפ געטון פון זײנע אויגן. ער האט די טרערן א װיש־אפ געטון און גענומען אנציען דעם זײגער, ער זאל נישט שטײן בלײבן. דאם שװארצע רעמל האט זיך אלץ גערוקט נענטער, נענטער צום װינקל־צו. און די בײנער האבן אנגעהויבן אויםזען, װי לעבעדיקע באשעפענישן. — ב — פרץ האט אין זײן רו נישט געקענט האבן קײן רו. נאר צו װאם האט עם אים פון זײן דו געטריבן? צו טרויערן? — רינט אזוי אויך דער טרויער שוין אריבער. צו טרײםטן? — װי קען מען טרײםטן, װען דאם מת ליגט פאד די אויגן? אבער װאו געפינט ער זיך ערגעץ? װאם טוט זיך עם ארום אים? אויך- דער װאנט הענגט א שװארץ רעמל. א לוח פון יאר ה׳תש״ה. א זײגער, װאם האט זיך דאבט זיך אפנעשטעלט און גײט פארט. א בארג מיט ספארים, ביכער, צײטונגען, זשורנאלן. פרץ רײםט-אויך די גרויםע אויגן זײנע, דערזעט ער, אז דאם זײנען גאר־ נישט קײן םפרים, ביכער, צײטונגען... דאם זײנען גאר שמות, שטיקלעך שמות. ■ קוקט ער זיך גאר גוט אײן אין דעם, איז דאם קײן שמות אויך נישט. אותױת, בידנע, פארװאגלטע אותױת, זײנען דאם. דערמארדעטע אותױת. פארפײניקטע אותױת. פארװאגלטע אותױת. אן אלף אן א קעפל. א גימל אן א פיםל זעט־אוים, װי א װאװ - גאט װאם איז דאם פאר א שטראך! א ״ח״ ליגט צעשלאגן. און א ״ט״ — װי א מת. א ״מ״ — װי אין א קלעם. א שין מיט א צעשלאגענער קרוין — 132 —