Mannheim
Compact Memory

Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine · 1945-01-01 · 1945-1946 · p. Seite 131

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
Volume
1945-1946
Date
1945-01-01
Page
Seite 131 (sequence 133)
Language
Yiddish
Belongs to
journal volume
OCR quality
82% known words query
IRI
…/8823924-8824287--135-8824062
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

אביגדור ש&ריצער פריז-פװ זײן רו ארויס — א — פרץ האט זיך אויפגעכאפט פון זײן שװערן שלאןש און דערזען ארום זיך א בארג ביכער, זשורגאלן, צײטונגען, א לוח, א זײגער און א שװארץ רעמל אך דער װאנט. — װאו בין איך עם!? װאם טוט זיך עם מיט מיר!? — האבן זײנע גרויםע אויגן זיך גענומען ארומקוקן מיט פארװאונדערונג, אויםער זיך. װאם דאם שװארצע רעמל אויףז דער װאנט באטײט, האט ער געװאוםט. אין דעם שװארצן רעמל האט ער געזען די אידן פון פוילן, רוםלאנד, גא- ליציע, רומעניע, — אלע אידן װאם זײנען אומגעקומען אויף קידוש השם, װאם זײנען יפארפײגיקט געװארן, װאם זײנען קריק ארויםגעקומען פון די קברים, נקמה צו נעמען אין שונא! פרץ איז פון זײן רו ארוים און דעם חורבן מיט די אײגענע אויגן צוגעזען. — אבער װאם טוען ביכער דא, ײדישע ביכער? — האט ער זיך געװאונ־ דערט — ביכער, זשורנאלן, צײטונגען, א לוה... ער האט דאך אלײן געזען, װי דער שונא, דער רשע, האט דאם ײדישע זוארט דערשטיקט, דעם אלף־בית אויםגעמעקט, די הײליקײטן געשענדעט. דער לוח האט געװיזן דאם יאר ״ה׳תש״ה״ און דער זײגער האט געגומען קלינגען: אײנם, צװײ, דרײ, פיר, פיגף׳ זעקם׳ זיבן — באגינען. דאם שװארצע רעמל, פון אויף דער װאנט, האט זיך גענומען באװעגן. — 131 —

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.