Mannheim
Compact Memory

Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine · 1945-01-01 · 1945-1946 · p. Seite 127

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
Volume
1945-1946
Date
1945-01-01
Page
Seite 127 (sequence 129)
Language
Yiddish
Belongs to
journal volume
OCR quality
79% known words query
IRI
…/8823924-8824287--131-8824058
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

י א ר ־ ב ו ך פ ו ן י י ד י ש ן י ש ו ב א י ז א ר ג ע נ טי י נ ע .איז נישט דאם מוניציפאיצע באד װאו איר טושט א״ך אמאל אין א ױבצ... נײן, פאר אײך איז ני׳עט געװען אמעריקע. אין אמעריקע דארח מען קוקן םאר זיך; מען דארך װיםן װי אזוי צו מאכן א טאלער; מען דארך האבן שכל!... דא האט זיך בײ דאן כעראנימא איבערגעריםן דער געדאנק. עם זײנען פארשװאונדן. .די אלע פנימער פון ז״נע לאנדםלײט און שיףי-ברידער און ער האט געפילט, װי די גאנצע װעלט װאלט פלוצים פון אים אנטלאפן און אים איבערגעלאזן אײנעם אל״ן... שכל... שכל... ער האט איצט זײער שטארק געװאלט טראכטן און ער האט געװאוםט, אז ער האט .פון װאװ צו טראכטן, עם איז א זײער װיכטיקע זאך, װאם ער בוװ טראכטן װעגן איר, נאר ,װי עם װאלט זיך עפעם אויםגעלאשן אין זײן מוח און איבערגעלאזן דארט א טיפע םינצטער־ ניש, אין װעלכער ער האט מער נישט געזען ק״ן שום געדאנק. דאם גראשנדיקע ליבטל... דאן כעראנימא האט שוין עטלעכע מאצ געטראכט װעגן דעם גראשנדיקן ליכטל װאס •לײכט אין ז״ן מוח און איצט איז דאם װידער געקומען אויך ז״ן געדאנק. יא. א גראשנדיק ליכטל האט ער אין זײן מוח. איצט פארשטײט ער עם שוין אויך זיבער. װען עם לײכט גוט און עם טריפט נישט איר חלב, זעט ער זאכן און ער פארשטײט זײ אזוי קלאר, אז ער דארוי זיך גארנישט אנשטרענגען. דאם ליכטל איז אבער א נעמײנם, .א גראשנדיקם און עם טריפט צו אפט און לעצטנם האלט עם זיך אפילו אין אײן פארלעשן... א קלײן גראשנדיק ליכטל... בײ די געבילדעטע און װער װ״ם, אפשר אויך בײ מאנכע פון זײנע ארימע לאנדם- ילײט, לײבטן זיכער אין די מוחות גאנ׳ז אנרערע ליכט. בײ די פראפעםארן, די גאר גרויםע יקעפ, ברענען זיכער אין די מוחות גרויםע עלעקטרישע לאמפן, אזעלכע װי עם ברענען בײ אים, ב״ דאן כעראנימא אין םאלע, װאם באל״כטן יעדעם װינקל םון דער גרויםער םאלע. אזוי איז עם. דאם גראשנדיקע ליכטל אין זײן מוח, איז א צרהדיקם, עם באלײכט קוים דעם פלא־ז אין מוח, װאו עם ברענט און די װינקלען בלײבן כםדר אין דער פינצטער און װיפל ער זאל זיך נישט באמיען, קאן ער אלץ נישט זען װאם דארט אין װינקל קומט פאר... ער .װײס, אז דארט אין רי װינקלען פון זײן מוח, זײנען פאראן געדאנקען אי1 אםשך גאר ז״ער .װיכטיקע געדאנקען, נאר ער קאן זײ נישט דערגרײכן. זײ שפילן זיך מיט אים, זײ רײצן זיך מיט אים; אט װיל ער כאפן א געראנק, עם דאכט זיך אים אז אט-אט און ער האט אים, נאר פלוצים גיט זיך דער געראנק א צי צוריק אין זײן טונקעלן באהעלטעניש און שוין, גישטא -מער... זיצט ער איצט אזוי אויך דער סאפא, דער דאן כעראנימא, ער זיצט א טיך־פאר- מראכטער, ער שטרענגט זיך אן, אפשר װעט זיך אים אײנגעבן כאטש אביםל אויםצושפרײטן די ליכטיק״ט פון ז״ן גראשנדיקן ליכטל, נאר עם גײט גישט. א שװ״ם שלאגט ארוים אוױי זײן פנים און שפרײט זיך באלר אוים אויףי זײן גאנצן, שוין טרוקענעם קערפער און פלוצים גיט ער זיך א כאפ. — צון אלדי שװארצע יאר! אלץ זײנע קבצנישע לאנדםלײט! װען ער זאל זיך נישט דא אזוי אװעקזעצן אויך דער םאפא און טראכטן פון זײנע קבצנישע לאנדםלײט און שיוי- ברידער, װאלט ער צו דעם אלעם נישט געקומען! ז״ טויגן דאך צו גארנישט! אפילו טראכטן טאר מען נישט פון זײ! װאם האט עם אים טאקע געטויגט? ער װעט מיט זײ מאכן געשעםט? װײס איך װאס! אװעקגעזעצט זיך אײנטענהן מיט אזעלכע גארנישטן!... און דאן כעראנימא איז אויפגעשטאנען, צוגעגאנגען װי אײלנדיק צו דעם פארצע- לײענעס הענגער, אראפגענומען פון דאדט דאם גרויםע טערקישע ל״לעך און א״לנדיק זיך ארומגעװישט דעם ארויםגעשלאגענעם שװײם. זיך װישנדיק אזוי, האט ער נאר געװאלט װיםן, װער עם איז שולדיק דערין. צי האבן די קבצנים געהאט אזויפיל חוצפה צו קומען אים שטערן און נוריען מיט זײערע נארישקײטן, צי האט ער עם אלײן אזוי געװאלט... קאראמבא! װען נישט זײנע קינדער, צי װאלט ער דען אמאל כאטש א טראכט געטאן װעגן זײ?... 127

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.