Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Journal
- Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Volume
- 1945-1946
- Date
- 1945-01-01
- Page
- Seite 70 (sequence 72)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal volume
- OCR quality
- 71% known words query
- IRI
…/8823924-8824287--074-8824000- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י א ר - ׳ב ו ך פ ו ן ײ ר י ש ן י ש ו ב א י ז א ר ג ע נ ט י נ ע הונדערט ״דישע קאלאניזאציע אין ארגענטינע, איז מיט מזל געשאפן געװארן די ױגנטלעכע אגראר-פעדעראציע, װאם האט געציילט מער װי א טוץ ארגאניזירטע צענטערן אין אלע קא- לאניעם. אט די ױגנט האט, לויט די פארעפנטלעכטע לאזונגען און פרינציפן-דערקלערונגען, פארשטאנען די װיכטיקייט פון דאיק לעבן, פון אינטענםױוער ארבעט אויףי צו פארבעםערן און פארשענערן די םביבה אין די יידישע קאלאניעם. דאם איז אין טעאריע. אין דער פראק- טיק אבער האבן זיי, אט די ױגנטלעכע, נאך אן ערך זעקם יאר ארבעט, גאר װייניק אויפגעטאן. סיבות זיינען פאראן. די אנפירער קלאגן זיך אויך אפאטיע, אויך פאםױויטעט םון דער קא- לאניםטישער ױגנט און אויף קנאפער הילך פון דרויםן. די עלטערע קאלאניםטן, שוין די מער באװאוםטזיניקע פון זיי, די טוער און לייטער פון די אגראר-קאאפעראטױון, האבן אין אנפאנג באטראכט רי ױנגע פאד נישט דערװאקםן צו באטייליקן זיך אין דער אנפירונג פון די קאאפעראטױון. העכםטנם האט מען זיי אפגעגעבן דאם פלאץ אין דער פארװאלטונג פון די ביבליאטעקן, דראמקרײזן, קולטור-פאריינען. ײייטער איז עם נישט געגאנגען, ארן זיי, די עלטערע, זיינען דערװייל געװען םארטאן אין דער געשעםט- פירונג םון די עקאנאמישע ענינים, װאם די קאאפעראטױוע האט געדארפט דורכפירן און לייזן, די מאטעריעלע אינטערעםן פון אלע קאלאניםטן. זיינען זיי מיט דער צייט פאדמאטעריאליזירט געװארן און די קאאפעראטױוע האט א םך מאל דערמאנט אין א פשוטער קדאם, װאו דער אידעאליםטישער הויך פון די אמאליקע ראטשדאלער פיאנערן איז אויםגעװעפט געװארן. אין אזא סביבה איז די ױגנט געבליבן אױאלירט, פאריתומט און אפט אויםגעלאכט אין אירע שטרעבונגען. און אזוי האט זי זיך אדיבערגעגאםן אין אנדערע שטראמען, אין אי- דעאלאגישע ריכטונגען װאם דערװייטערן פון פעלד און פעלד-לעבן, אין אינטערעםן און בענ- קענישן װאם װארצלען נישט אין לאנדװירטשאפטלעכן לעבן. אבער װען אונדזערע קאאפעראטױוע םירער האבן דערזען װי די ױגנט פארלאזט פאקטיש, נישט נאר אידייאיש, די פעלד-םביבה, זיינען זיי אריינגעםאלן אין א זייער טרויע- ריקער שטימונג. נישטא די קאנטינואיטעט אין דער יידישער קאלאניזאציע, די ױרשים פון אונדזער אגראר-ישוב, די װייטערדיקע רעאליזירער פון באראן הירשם אידעאלן. דאם האט באװאויגן די אנפירער פון דער ״אגראר-ברודערשאפט״ (״פראטערנידאד אגראריא״) צו נעמען אויך זיך די איניציאטױו און, םטימולירן די ארגאניזירונג פון א ױגנט- לעכער אגראר-קערפערשאפט, װאם זאל אריענטירן די פארשידענע צענטערן און אויםארבעטן אן אלגעמיינעם פראגראם. םיי די עלטערע קאלאניםטן — זעען מיר — םיי די ױגנטלעכע, האבן זיך געגעבן רעכענונג, אז עפעם מוז געטאן װעדן כדי צו שאפן מער צוציאונג פאר דער קאלאניםטישער באפעלקערונג צום לעבן אין דער פעלד-םביבה, אבער צו פראקטישע קאנקרעטע מעשים האט עס נאך דערװייל נישט געפירט. אן אנהויב רערפון האב איך געזען מיט עטלעכע חרשים צוריק, גראר אין רער םאמע געליטנםטער קאלאניע — אין נארםים לעװען, װאו קאלאניםטן און דער עיקר קאלאניםטישע זין, בויען און פלאנצן, שאפן פאר זיך שיינע און באקװעמע היימען. איך האב געטראפן איי- ניקע באשיידענע קאלאניםטישע הייזער, װאם זעען אוים װי זומער-װאוינונגען, װי טשאלעטן, מיט אלע איינריכטונגען פון א מאדערנעם מענטשן. זיי פארמאגן אייגענע עלעקטרישע בא- ל״כטונגען, גוט א״נגארדנטע באדצימערן, קיכן און אנדערע באקװעמלעכקײטן. די אמאליקע ראנטשעם, װאם זיינען אומעגלעך געװען דיין צו האלטן, זיינען פארשװאונדן געװארן. דער קאלאניםט איז שוין מער נישט פארטאן נאר אין ארבעטן, שאםן װאם מער װייץ פארן עקם- פארט, פלייש אדער קעז און פוטער, נאר ער באטראכט אויך גאטם שיין װעלטל, ער רוט זיך אפ אין א באקװעמער שטוב, ער װיל געניםן פון לעבן דא װאו ער געפינט זיך. און אז די ארעמע נארםים לעװען קען דאם אויםפירן, װעלן די ענטרע דיאםער יידי- שע קאלאניעם און אװדאי און אװדאי מאנטעפיארע, צי דארא, דאם אויך דערגרייכן. פון מאזעםװיל איז שוין אפגערעדט. דארט פעלן גראד נישט קיין בוימער-אלייען, קיין שיינע היי- זער, הגם די טענדענץ צו װאוינען אין שטעטל איז דארט צו בולט. — 70 —