Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Journal
- Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Volume
- 1945-1946
- Date
- 1945-01-01
- Page
- Seite 61 (sequence 63)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal volume
- OCR quality
- 76% known words query
- IRI
…/8823924-8824287--065-8823991- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
יאר-בוד פון ײדישן ישוב איו ארגענטינע די אדמיניםטראציעם זײנען געװען באלאגערט פון אימיגראנטן װאם האבן זיך פאר־ שריבן קאלאניזירט צו װערן און יעדן טאג ז״נען זײ געקומען גאכפרעגן, צי מען האט שוין באװיציקט זײערע בקשות, אבער די פראצעדור איז נישט צוגעגאנגען אזוי קײכט, װ״5 יעדער װאם האט זיך פארשריבן, האט געמוזט האבן א רעקאמענדאציע פון אן אלטן קאלאניםט, אן אנערקענטן אין דער ״יקא״ און חשיבות האט געשפילט א גרויםע ראל אין די קאלאניעם, און מיט דער צײט האט זיך טאקע אויםגעבילדעט א מין פרױוילעגירטער קלאם, װעלכער איז געװארן דער טאן-געבער פארן ײדישן לעבן אין קאלאניע. די ״יקא״ האט מערםטנס באװיליקט די בקשות פאר אימיגראנטן, װעלכע האבן גע- ארבעט בײ די קאלאניםטן און זײ ז״נען גוט רעקאמענדירט געװארן. צװישן די דאזיקע, איז אויך אונרזער משפהה פארעגיםטרירט געװאדן. װעגן אונדזער משפחה און די פרעפערענץ װאם די ״יקא״ האט אונדז געגעבן, האב איך שוין געשריבן און םארעפנטלעכט בײ אנדערע געלעגנהײטן; איך װיל אבער דא דערמא- נען, אנהויבנריק זיך מיט דער צװײטער תקוםה, איז קײן ארגענטינע געקומען א גאנץ אנדע־ רער עלעמענט, װי עם איז געװען דער רוב פון די ערשטע אימיגראנטן פון דער ערשטער תקופה. אנטלאפענע פון דער רוםיש-יאפאנישער מלחמה, אנטלאםענע פון די פאגראמען נאך א פיקניק אין קאלאגיע פאלמאר (ענטדע ריאם) אין יאר 1023 * דער דורכגעפאלענער רעװאלוציע םון 1905, ז״נען געװען א גאנץ אנדערעך עלעמענט; די ײדישע שפראך האט שוין דערגרײכט א היפשן פראגרעם אין קולטורעלן זין, מען האט שוין גערעדט און דיםקוטירט װעגן די ריכטוננען אין דער ײדישער ליטעראטור און כאטש א םך האבן זיך שוין געגרײט צו דער קבורה פון דער ״דישער שפראך, האט זי. זיך דװקא ערשם אנגעהויבן רעכט אנטװיקלען און עם האט זיך אנגעהויבן פילן א נ״ע שטרעמונג אין ״דישן צ״טונגם-װעזן און מיטן אפשטארבן פון א. װערמאנטם ״דיא פאלקם שטיממע״ אין 1914, האט אנגעהויבן דערשײנען ״די אידישע צײטונג״. 61 —