Mannheim
Compact Memory

Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine · 1945-01-01 · 1945-1946 · p. Seite 31

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
Volume
1945-1946
Date
1945-01-01
Page
Seite 31 (sequence 33)
Language
Yiddish
Belongs to
journal volume
OCR quality
80% known words query
IRI
…/8823924-8824287--035-8823961
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

יאר-בוך פון ״ ׳ד י ש ן ישוב איז ארגענטינע די װעלטלעכע שולן מיט אצע זייערע װאריאציעם און טדאנםפארמאציעם אין לויח פון דער צייט און װעמענם אנפאנג מען דארר זוכן אין ערשטן צענדליק פון אונדזער יארהונ- דערט, זיינען שוין מער אן אביעקטױוע זאך, אבער מיט נענונ םוביעקטױוע מאטױון, םאציאלע, פארשירן נאציאנאלע, אנטי-רעליגיעזע אדער א רעליגיעזע און פארטייאישע, זיי היאבן געשפילט א גרויםע ראלע אין די איניציאטױון, אין דעם באשאפן די יידיש-װעלטלעכע שולן און שפילן נאך א גרויםע ראלע אין דער מיזאמער ארבעט םאר זיי, אין דער נויטיקער שטיצע און אין דעם אויםהאלטן זיי. און צו די דאזיקע פאקטארן שטעלט זיך צו דער פאקטאר פון פארשידן שפראכיקיים םון דעם ארגענטיניש-יידישן שול-װעזן, אויב מען װיל ריידן װעגן איין איינציקן שול-װעזן אונדזערן און נישט וועגן א םך שול-װעזנם. די פיל-שפראכיקייט האט איר אויםדרוק אין דער אויםשליםלעכער יידישער שול מיטן נייעם אויםלייג און מיטן יידישן אויםלייג םון די העברעאישע װערטער, װעלכע זיינען אריין אין דער פאלקם-שפראך; די פיל שפראכיקייט האט איר אויםדרוק אין דער אנרערער יידישער שול, װאם נעמט אויך אריין דעם העברעאיש אונטעריכט אין די העכערע גראדן; זי האט דעם אויםדרוק אין די שולן װאם זיינען באלד געשאפן געװארן צו לערנען פון אנפאנג אן ביירע שפראכן: יידיש און העברעאיש אדער העברעאיש און יידיש; זי האט שוין אויך איר אויםדרוק אין אויםשליםלעך העברעאישע שולן. םון דער לאנד שפראך — שפאניש איז דאך-אפגערעדט, זי איז די שפראך םון אונדזערע קינדער. עם רעדט זיך נישט פון אויםנאמען, פון דא אהערגעקומענע פאר די שול יארן, אדער פון דא געבוירענע און װאם קענען יידיש און ריידן און לייענען און שרייבן אויד יידיש און שפילן יידיש טעאטער, עם רעדט זיך פון בלל, איז חוץ דעם װאם די יידישע קינדער װערן װי געבוירן מיט דער שפאנישער שפראך און האבן די גאם אלם שול און האבן די לאנר-שול, מוז מען זיי אויך אין דער פרױואטער אנדערש שפראכיקער שול זיי געבן א באשטימטן אונטעריכט אין שפאניש. און ריירנדיק פון פילשפראכיקייט קען אויך איינפאלן זיך צו יפרעגן: און די דייטשע יירן, װאם די שפראך זייערע איז דייטש און װאם ריידן אין דייטש מיט זייערע קינדער — אין װאם פאר א שפראך-שול נייען זייערע קינדער? און אויב עם קען זיין אויך דייטש די שפראך פון א יידישער שול, פארװאם זאל נישט קענען זיין א יידישע שול אויך שפאניש? צו דערציען און לערנען יידישקייט אויך דער לאנד-שפראך? מיר װעלן זיך דא נישט אפשטעלן אויך דער דאזיקער פראגע, אבער זי שטעלט זיך אין אונדזער ארנענטינער יידישער װירקלעכקייט און װייזט ביז װאם עם קען דערגיין רי פיל- שפראכיקייט פון אונדזער שול-װעזן. דער דאזיקער פאקטאר װאם פאראייניקט זיך מיטן פאקטאר פון אריענטאציע פאד- שידנקייט רעדט נישט לטובות דער םרוכטבארקייט אין די געװאונטשענע רעזולטאטן פון דער יירישער דערציאונג און בילדונג אין לאנד און דאם איז נישט נאר טעאריע, די פראקטיק איז אן עדות, עם איז שוין םאראן א דערפארונגיםון צענרליקער יארן שול-ארבעט, זי האט אונדז נישט געגעבן קיין יידישע ױגנט־מאםן, װאם זאלן קענען יידיש און װאם זאלן זיין די מיטבױער און די פארויםגייער אדער די איבערנעמער פון דער יידישער קולטור ארבעט און פון יידישן קולטור לעבן. װען די פראגע זאל זיין אביעקטױו: שולן צוליב שולן, אדער יידיש קולטורעלע דערציאונג און בילדונג מיט אונדזער יידישער פאלקם-שפראך אלם די הויפטזאך, װאלט מען געמוזט אנערקענען, אז די אויםשליםלעך ײדישע, ײדישיםטישע שול איז די װאם אנטשפרעכט צום בעםטן דעם דערמאנטן פונראמענטאלן צװעק פון אונדזער קולטור. אבער עם גײט נישט אין דעם שטעלן די פראגע, אדער אין דעם װאם עם איז געװאונטשן; עם ג״ט אין דעם װאם איז פאראן און אין דעם װאם עם קען זײן. עם איז פאראן א םתידה אין דעם שול-װעזן, זי געםינט זיך צװישן דער רעליגיעזער דערציאונג און בילדונג און דער װעלטלעכער; צװישן דער צױניםטישער און בונדיםטישער; צװישן ײדיש און העברעאיש, און כדי די םתירה צו נײטראליזירן, אייר אומשערלעך צו מאכן, װאלט באדארפט אײננעשטעלט זײן א באשטימטע ארדענונג אויפן פרינציפ פון אידעאישער — 31

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.