Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Journal
- Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Volume
- 1945-1946
- Date
- 1945-01-01
- Page
- Seite 13 (sequence 15)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal volume
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/8823924-8824287--017-8823943- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
א װארט פון ועדאקציע די אידײע װעגן ארויםגעבן א יאר־בוך פ ו ן און פ א ר ן ארגענטי־ נער ײדישןן ישוב׳ איז נישט רעאליזירט געװארן װי א פלוצלינגדיקע דערשײנונג. שוין זײט יארן׳ װי א טײל פון אונדזערע אנגעזעענע ײדישע שרײבער האבן גערעדט װעגן דער גויטװענדיקײט פון ארויםגעבן;א זאמל־בוך׳ אין װעלכן עם זאלן פארעפנטלעכט װערן די װאגיקםטע שאפונגען אויף די שרײבערישע געביטן פון פובליציםטיק און בעלעטריםטיק׳ װאם זאלןן קענען דינען װי א גײםטיקע לעגיטי־ מאציע פון אונדזער היגן ישוב פאר אגדערע לענדער. מיט דעם דערשײנען פון יאר־בוך װערט דעריבער דערפילט א נויטװענדיקײט,. װאס אונדזער גײםטיקע משפחה האט שוין לאנג דערפילט און מיר האבן נאך געמאכטן א שריט פארוים׳ אפגעבנדיק די עמודים פון בוך נישט בלויז יפאר די דערגרײכונגען פון אוגדזער גײסטיקער שעפערישקײט׳ נאר פאר די דערגרײכונגען אין אלגעמײנעם לעבן פון אונדזער ישוב בכלל. מיטן װאונטש׳ אז דער יאר־בוך זאל טאקע זײן פון און פארן גאנצן ײדישן ישוב אין ארגענטינע׳ האבן מיר אויף זיך גענומען א שװערע אויפגאבע׳ סײ מיטן װערבירן די מאטעריאלן פארן בוך און נאך מיער מיטן סעלעקציאנירן ־און ואײנשטעלן דעם רעדאקציאנעלן סדר פון די מיטארבעטונגען אין הארמאנישער גרופירונג. מען דארף נעמען אין אכט׳ אז מיר זײנען צוגעטראטן צו דער רעדאקציע פון ערשטן יאר־בוך ערשט אין חודש ױני׳ װען מען האט שוין צוליב טעכנישע ןמאטיװן געמוזט באצײטנס אנהויבן דרוקן בויגן נאך בויגן׳ װאם דאס האט נאך מער בא־ שװערט די ארבעט׳ םײ פון װערבירן די מיטארבעטונגען׳ װי פון אײנשטעלן דעם סדר; אבער דער געדאנק׳ אז די רעאליזירונג פון יאר־בוך איז א נויטװענדיקײט װאם טאר מער נישט אפגעלײגט װערן׳ האט אונדז געשטויםן צו גרעסערער אנ־ שטרענגונג און מיר גלויבן׳ אז מיר האבן — לויט די דערמאנטע אומשטענדן׳ יאונ־ דזער אויפגאבע אחרױתפול דערפילט. א חוץ קלײנע אויסנאמען׳ האבן מיר די מיטארבעטונגען געטײלט אין האו- מאנישע גרופן פאר באזונדערע אפטײלונגען פון פובליציסטיק׳ בעלעטריסטיק׳ אפ־■ האנדלונגען׳ געזעלשאפטלעכעס א. א. װ. אין דער ערשטער רײ׳ קומעך׳ פובליציסטישע ארבעטן װעלכע הויבן זיך אן מיט אן ארטיקל װעגן באראן הירש׳ דעם אײגנטלעכן באשאפער און גרי־נדער פון■ — 13 —