Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Journal
- Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Volume
- 1945-1946
- Date
- 1945-01-01
- Page
- Seite 14 (sequence 16)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal volume
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/8823924-8824287--018-8823944- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
יאר-בוך פ ו ן ״ ד י ש ן י יט ו ב א י ן ארגענטינע אונדזער היגן ישוב און די װײטערדיקע ארטיקלען שפיגלען אפ די װיכטיקסטע גע־ שיכטלעכע עטאפן, דערגרײכונגען און װאוקס פון אונדזער ישוב, םײ אין הויפט־ שטאט, װי אין די פראװינץ־שטעט און אין די קאלאניעס. אין דער בעלעטריםטישער אפטײלונג, קומען מיטארבעטונגען יפון אונדזערע אנגעזעענסטע ליטעראטן און פאעטן, װעלכע שילדערן אויף א קיגםטלערישןו אופן ײדישע םביבה און ײדיש לעבן אין ארגענטינע און אין די אלטע הײמען. עס פעלן איויך נישט אין דעם בוך פארשידענע קריטישע אפהאנדלונגען און עסײען און צורעכענענדיק די היפשע אפשפיגלונג פון אונדזערע געזעלשאפטלעכע טעטיקײטן פון שטאט און פראװינץ און פון די שכנותדיקע לענדער אורוגװײ און טשילע, גלויבן מיר, אז דער ערשטער יאר־בוך שטעלט מיט זיך פאר אן אינטערע־ םאנטע ׳מאזאאיק פון אונדזער ײדיש לעבן און שאפן סײ אויף אונדזער גײםטיקן, װי אויף אונדזערע קולטורעלע און עקאנאמישע געביטן. מיר האבן זיך אויך באמיט, אז,אין דעם בוך זאלן אין א םפעציעלער דובריק פארפיקסירט װערן אין כראנאלאגישן סדר, די װיכטיקע געשעענישן <פון פארגאג־ גענעם יאר אין ײדישן לעבן פון ארגענטינע און איןי אנדערע לענדער און אויב ומיר האבן אין ערשטן בוך נישט באװיזן צו פארעפנטלעכן א רײע מיטארבעטוגגען, װײל זײ זײנען שוין אנגעקומען צו-שפעט און צוליב די שוין דערמאנטע טעכנישע שװע־ ריקײמן, מוזן ׳מיר נעמען אין אכט אז עס איז אין אונדזער ישוב דער ע ר ש ט ׳ע ר בוך פון דעם מין און מיר קענען פארזיכערן, אז דער צװײטער יאר־בוך, װעלכער װעט שוין נישט האבן די טעכנישע שװעריקײטן, װײל ער װעט געגרײט װערן אין .משך פון גאנצן יאר — װעט זײן פערפעקטער אין אלע פרטים. דערװײל פרײען מיר זיך מיט דעם פאקט פון רעאליזירן די אידײע פון ארוים־ געבן אזא יאר־בוך און בײ דער געלעגנהײט, װילן מיר באגריםן די דירעקטארן, .רעדאקטארן און מיטארבעטער פון אונדזערע ײדישע טאג־צײטונגען, װאכנבלעטער און זשורנאלן. מיר באגריםן אויך די דירעקטארן און מיטארבעטער פון די שפאניש־ײדישע .אויםגאבן און בכלל, די דירעקטארן און מיטארבעעטר פון דער דעמאקראטישער ארגענטינער לאנדעס־פרעסע אין שפאניש און אין אנדערע שפראכן און >מיט דער האפענונג אויף א גוט יאר פון אלגעמײנעם שלום און װאוילזײן, גיבן מיר איבער .דעם ערשטן יאר־בוך צום קריטערױם פון ײדישן לײענער. — 14 —