Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Journal
- Yor-bukh fun Yidishn yishev in Argenṭine
- Volume
- 1945-1946
- Date
- 1945-01-01
- Page
- Seite 12 (sequence 14)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal volume
- OCR quality
- 80% known words query
- IRI
…/8823924-8824287--016-8823942- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
יאו-נוך פון ״ ד יש ן י שוב א ין א רגע נ ט י נ ע זועלכער צײלט שוין לערך ביז פיר הונדעחט טויזנט נפשות — כן ירבו! — שפילט שױן הײנט א דאמינירנדיקע ראל אין דעם ײדישן קאלעקטױון לעבן פון די אנדערע לאטײן אמעריקאנער לענדער. עס איז שוין די העכסטע צײט, אז די װיכטיקע געשעענישן און פאסירונגען אין אונדזער קולטור־גע- זעלשאפטלעכן לעבן זאלן פארפיקםירט װערן נישט בלויז אין די טעגלעכע און פעריאדישע אויםגאבעם פון ישוב׳ װאם װערן אגב ארכױוירט און בא- האלטן פון געצײלטע יחידים אדער צענטראלער ביבליאטעק, נאר די דאזי- קע געשעענישן זאלן כראנאלאגיש פארצײכנט װערן אין א יאר־בוך״ װאם דארך זיך געפינען אין יעדן ײדישן הויז און װאם װעט דערגרײכן אין די יאלע מקומות מיט װעמען פארלאג ״ײדיש״ שטײט אין ענגען קאנטאקט װי די שכנותדיקע לענדער אורוגװײ און טשילע׳ בראזיל׳ מעקםיקע, קאלאמביע, פערו׳ נארד־אמעריקע׳ קאנאדע׳ ארץ-ישראל, זיד אפריקע, ענגלאנד און די שוין באפרײטע לענדער װאו עם בויט זיך אויןת די חורבות פון װעלט-רשעות א באנײט ײדיש לעבן. מיר קענען דעריבער פארזיכערן׳ אז אין דעם צװײטן יאר-בוך פון יאר תש״ו װעלן שוין ארײנקומען באריכטן פון אלע איבעריקע אמעריקאנער לענדער װאו עם לעבן און שאפן ײדישע קהילות׳ װעלכע פארנעמען אלץ מער אן אנגעזעענעם פלאץ אין זײערע נײע הײמען. מיר וועלן אנװענדן אלע מיטלען דאם דאזיקע צו רעאליזירן. נישט געקוקט אויןש די פארשידענע מיכשולים׳ װאם מיר האבן אנגע־ טראפן בײם ארויםגעבן דעם יאר-בוך האט פארלאג ״ײדיש״ זיך באמיט, מאכנדיק אלערלײ אנשטרענגונגען, אז דער בוך זאל דערשײנען — טעכניש און אויסערלעך — אין א פערפעקטער פארם און כאטש ״כל התחלות קשות״ האבן מיר דאך די אלע שװעריקײטן באזײטיקט און מיר האפן׳ אז דער יאר-בוך װעט באמת דינען אלם א װיכטיקער לײען־שטאןז און האנט- בוך-קאלעגדאר׳ װאם דארןז זיך געפינען אין יעדער ײדישער שטוב בײ יעדן ארגענטינער ײדן. אין אונדזער ערשטן יאר־בוך קומען ארײן צײט־לידער און קינות׳ װאם אונדזערע דיבטער האבן מיטן בלוט פוךזײער הארצן אנגעשריבן; ידיעות פון חורבן און אומקום פון אונדזערע נאענטע אין דעם אײראפעאישן עמק־ הבכא, מיר גלויבן און האפן, אז אין דעם יאר-בוך פון שנת תש״ו װעלן שוין ארײנקומען לידער פון פרײד׳ געזאנג און גליק׳ בשורות פון װידער־ אויפבדי און אויפלעבונג פון דעם חרובן ײדישן פאלק; אז ײדן בכל תפוצות ישראל — ארײנגערעכנט ארץ-ישראל — בויען נישט מער אויןת דער לופט... נאר זײ שאפן און בויען א בנין עדי עד; אז עם קומט אויןז אומעטום א נײ׳ שײן, געזונט ײדיש לעבן פאר דור דורות. מיטן דערלעבן ארויםצוגעבן דעם ערשטן ״יאר-בוך פון ײדישן ישוב אין ארגענטינע״ מאכן מיר — צוזאמען מיט אלע פרײנט און אנהענגער פון ײדישן בוך און פון דער ײדישער קולטור, די טראדיציאנעלע ברכד.: שההײנו — לזמן הזה! ( — 12 —