Yidishe bilder
- Journal
- Yidishe bilder
- Volume
- 1947
- Issue
- Nr. 7 יולי
- Date
- 1950-07-01
- Page
- Seite 3 (sequence 1948)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 74% known words query
- IRI
…/7507437-7508228-7507646--224-7507650- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
י. ל פרץ 1915 — 1852 . ו*ומ און פירט דא אן א שטיקי צײט (צוזאמען מיט א פעטער) 8 מיל. אויסגעהאלטן דעם עקזאמען בײם קרײז־געריכט׳ װערט ער אין משך פון איבער 10 יאר טעטיק אלסי פרױואטער אדװאקאט. דורך 1עו צײט שרײבט ער װײטער אין ײדיש און העברעאיש. אין 1888 מוז פ.׳ צוליב א מסירה אין רעװאלוציאנערישקײט׳ ואויפגעבן זײן אדװאקאטישע פראקטיק אין זאמאשטש און נעמט טראכטן מער פון ציען זײן פרנסה פון שרײבן. עד פארפאסט איצט זיין ערשט גרוים װערק אין ײדיש׳ ״מאניש״. 1889 — טראגט ער זיך איבער קײן װארשע׳ װאו ער שליםט זײן לעבנס־פרײנטשאפט מיט יעקב דינעזאן׳ ארבעט א קורצע צײט בײ א קרוב׳ און װערט דערנאך אײנגעלאדן אין דער םטאטיםטישער עקספעדיציע׳ װאס דער באוואוסטער עקאנאמיסט און פילאנטראפ יאן בליאך (א משומד) ־האט דעמאלט ארגאניזירט איבער דער פוילישער פראװינץ. דאס דינט אים שפעטער װי מאטעריאל פאר זײנע װערק. נאך א האלב יאר״קומט פ. צוריק אין װארשע און װערט אן אנגעשטעלטער אין דער װארשעװער קהילה (גמינע). 1890 דערשײגט פרץ׳ס ערשט בוך אין ײדיש׳ ״בעקאנטע בילדער״. [אויםפירלעך װעגן פרץ׳ס ביאגראפיע און זײן ראל אין דער ײדי־ שער און העברעאישער ליטעראטור׳ זע זלמן רײזענס ביאגראפיע און אפשאצונג אין ״לעקםיקאן פון ײדישער ליטעראטור״׳ צװײטער באנד׳ זז. 974-^1043, װי אויך די צענדליקעך ביכער װעגן פרץ׳ן און לענגערע אפהאנדלונגען װעגן אים אין די אן א שיעור ביכער װעגן לידישער ליטעראטור]. פרץ, יצחק לײבוש [געב״ 18 ניאי 1852 — געשט. 3 אפריל 1915] א לענגערע צײט איז געװען אבגענומען,;; אז פ. איז געבויךן. געװארן דעם 25 מאי 1851 (ל״ג בעומר תרי״א). אבער לויט א געבורט־שײן׳ װאס האט זיך אויפגעהאלטן אין זאמאשטשער מאגיםטראט׳ און אויך לויט א דאקומענט׳ װאס פ. האט ׳אנגעגעבן אין זײן בקשה צום װארשעװער מאגים־ טראט װעגן באשטעטיקן אים אלם אנגע־ שטעלטן פון דער ײדישער קהילה׳ איז ער געבוירן דעם 18 מאי 1852 אין זאמאשטש. לובלינער געגנט׳ פוילן. די משפחה׳ א שטרענג מתנגד׳ישע׳ זאל שטאמען פון שפאניע.׳ דער פאטער׳- יהודה׳ האט געהאנדלט מיט דאנציק און געפירט ־געהילץ אױפן װאסער. שפעטער האט ער מיט שותפים געעפנט א בראנפנברענערײ׳ און די מוטער׳ רבקה לעװין׳ האט געפירט, א צעלניק־געװעלבל. פ. איז געװען ביי זײנע עלטערן דאם דריטע אדער פערטע קינד׳ אבער די פריער־געבוירענע זײנען געשטארבן און ער איז גע־ בליבן דער עלטסטער. שוין אלס קינד האט פ. שײן געמאלן׳ געשניצט׳ געקלעבט פיגורן פון װאקס א. ד. ג. צו 3 יאר אנגעהויבן לערנען חומש׳ און צו 6 יאר גמרא. א קורצע צײט האט ער געלערנט אין שעבערשין׳ דרײ מײל פון זאמאשטש (אײניגע סצענישע אנװײזונגען אין ״בײ־ נאכט אויפן אלטן מארק״ זײנען װי א קאפיע פון דעם דארטיקן מארק)׳ דערנאך אינדערהײם׳ בײ א גרויםל למדן׳ אוך אין בית־ המדרש. צו 12 ־13 יאר קומט פאר אן איבערברוך אין זײן פרומער געזינונג אוז ער נעמט שטודירן השכלה־ביבער. אלם אויטאדידאקט זיך אביסל באקענט מיט פויליש און דײטש׳ ״שלינגט אײן״ די ביבליאטעק פון שטאטישן משכיל און חזר׳ט אױמ א פראנצויזישע לערן־מעטאדע׳ כדי צו קענען לײענען אויך די פראנצויזישע ביכער. גרײט זיך פארן אין א ראבינער־שול קײן װילנע אדער זשיטאמיר׳ אבער אוים ליבשאפט צו דער מוטער פארבלײבט ער אין זאמאשטש׳ װאו ער האט.אין 1870 חתונה מיט שרה ליכטענפעלד און האט מיט איר צװײ זין׳ יעקב (װעלכער שטארבט באלד) און־לוציאן (געשט., 1919). נאך דער חתונה געװאוינט אין צויזמיר (סאנדאמיר) און אפט׳ װאו ער האט עטלעכע יאר געפירט מיט א שותף א ברויז׳ אבער פארנאכלעסיקט דאם געשעפט צוליבן שי״ײבן לידער (אין פויליש — ד׳גם שוין פריער האט ער געהאט געשריבן אין ײדיש און העברעאיש), װעלכע צירקולירן אין האנטגעשריבענע זאמ־, לונגען. שפעטער װידער גענומען שרײבן אין העברעאיש און לםוף אין ײדיש. זײנע ײדישע לידער זײנען ס׳רוב געהאלטן אין בדחנ׳ישן, און גאלדפאדען־םטיל. 1875 אנגעהױבן שטודירן אין װארשע אױף אדװאקאט און דעבױ־ טירט מיט זײן ערשט געדרוקט ליד אין העברעאיש׳ ״השותפות״. אין ״השחר״ (םױן יתרל״ד׳). א יאר שפעטער (1876) זיך גע׳גט מיט זײן פרױ. 1877 ארויסגעגעבן׳ צוזאמען מיט זײן געװעזענעם שװער גבריאל־יהודה ליכטענפעלד׳ דאס ערשטע בוך ״ספורים בשיר ושירים שונים״, װאם אנטהאלט בײדנם שאפונגען. קערט זיך דערנאך צוריק קײן זאמאשטש׳ האט חתונה מיט נחמה־רחל (העלע־ גא) רינגעלהײם פון לענטשנע (געשר 22 נאוו 1937 אין װארשע)׳ 3