Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1934-05-11 · 19 (11.5.1934) · p. Seite 301

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
10 (1934)
Issue
19 (11.5.1934)
Date
1934-05-11
Page
Seite 301 (sequence 9)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
82% known words query
IRI
…/4795427-8804861-8804885--09441-4804391
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ױיט 301 ױסןר■ ־ישע בלעטער נימ. 19 (322) קינד, איז זי ארײן צו יענער, זיך צוגעזעצט צו איר בעט און א גאנצן סאג נאכדעם שװײגנדיק געקילט איר מיט א םאכער דאס פנים. מײן חברטע איז לםוף זײער צופרידן געװען, װען מען האט זי אין אן אנדער צימער אריבערגעפירט. איר איז געװען שװער צו קוקן, װאם בײ יענער זיצט א מאמע און רעדט איר אױס דאס הארץ, דגם יענע האט זיך נישט געלאזט, בשום- אופן האט זיך יענע נישט געלאזס טרײסטן. .... בעסער אזוי, - האט די ײדענע גערעדט — װאס ״ ־ ▼ ▼ װאלסטו, טאכטער, געטון, װען ער װאלט בײ דיר צו א גרויםן מאן אױפגעװאקסן, און מען װאלט איט געהרגעט,. אט אזוי װי מען האט אט דעם װיכטיקן מאן איצט געהרגעט?׳ .... רעד נישט, מאםע — האט די טאכטער מיט א הײ׳ זעריק קול געענטפערט - איך װאלט דאך עטלעכע און דרײ• סיק יאר א זון געהאט. איך װאלט דאך געקאנט אים באוױינען, די אויגן, דאס מויל, די הענט, יעדן אבר באזונדער. יעדן טאג פון זײנע יארן, יעדע שעה פון זײנע טעג װאלט איך באזונדער באװײנט. און איצט װײס איך אפילו נישט, װאס פארא אויגן, הויט און האר מײן קינד װאלט געהאט. װאס װאלט ער געװען, װאם װאלט ער גערעדט און װאפ װאלט ער געטון אין די אלע עטלעכע און דרײסיק יאר...״ ,... ביסט א נארעלע, איך װײם נישט פארװאם מען האלט דיך פאר א קלוגע - האט די ײדענע איר נישט גע• לאזט װײטער רעדן - װער קאן עס דיר ערוב זײן, אז ער װאלט דװקא געװען א גרויםער מענטש. און דער מערדער, מײנםםו, האט א מאמע נישט געהאט, און זײן מאמע, א קלאג צו אירע יארן, האט אים, מײנסטו, אױםגעהאדעװעט און דער• צױגן און נעכט נישט געשלאפן, פדי איר זון זאל שפעטער פלוצים װערן א מערדער? גלויב מיר, טאכטער, עס איז בע• סער אזוי...' הער שוין אויף, מאמע - האט זיך יענע געבעטן - איך װאלט דאך געקאנט יעדן טאג צו אים אין תפיסה גײן און יעדן טאג אים זאגן: זון מײנער, איך גלויב נישט, אז דו האסט געהרגעט. און איך, די אײנציקע, װאלט טאקע בשום• אוםן נישט גענלױבט, אפילו װען ער װאלט יא געהרגעט...' ,- ביםט א נארעלע׳ — האט די יידענע װײטער אנגע• הויבן... פונקט אזױ פלעגט דאך אויך איר מאמע אנהויבן די געשפרעכן מיט איר אין די קורצע שעהן פון זײער צוזאמענ• זײן - האט די חברטע זיך אלײן איבערגעשלאגן אין אירע רײד. - ,מען האלט דאך דיך פאר א קלוגע״, >ון ,װי קומט עם צו דיר״, און ,עס איז נעװים צום גוטן, טאכטער״. הער אויף, מאמע׳ — װאלט זי, װי שטענדיק, אויך איצט איר גע• ענטפערט, זעסט דען אלײן נישט - - - — אבער איך בין, אפנים, טאקע גאר קײן שרײבערין נישט. װײל די מענות פון מײן חברטע גופא צו דער װײטער מוטער אירער, און נאך װײטערער װעלט, װאס איך האב גלײך נאכ• דעס, זיצנדיק ביי איר בעט אין קראנקן-הויז, אויסגעהערט, האב איך, װי שטענדיק, אויך איצט נישט באשריבן. איך האב זײ אויםסנײ און װײטער טיף אײננעזאפט און ארײנגעלעבט אין זיך, און אויפםניי און װייטער פאר מיינע אײגענע טענות צו רער װעלט געמאכט. .יך א־ז צערינען געװארן אין דער לופטן...- און אין דער טוי• ןעף, .יםטער שטילקייט איז געבליבן הענגען נאר א לאמפ... - ,וװ איז ער?' - האט זי אומרויק געפרעגט, װי נאר ד ךאט דערזען פאר זיך דאס פנים פון דער קראנקן־שװעם• -עו, ־אם האט זיך נאענט אראפגעבויגן צו איר. — ,װער, דער דאקטאר? - האט די קראנקן׳שװעסטער נהס יארשםאנען, - ער קומט גלײך ארײן״. מײן חברטע האט זיך גלײך דערמאנט אויף װאסער װעלט ד איז. זי האט באלד אויך פארשטאנען, אז צוזאמען מיטן נארקאז איז א מאדנער חלום אװעק פון איר. אבער זי האט ךן נאך אלץ מיט אויפגעריסענע אויגן אײנגעגעסן אין דעם יאסן עלעקטרישן לעמפל מיטן װײס־פארצעלאנענעם טעלער, יאס איז אראפגעהאננען פון דער סטעליע גלײך איבערן אפע• חודעיטיש, און זי האט נישט געקאנט, בשום אופן נישט גע׳ קאנם זיך אפרײסן פונם לאמפ. פון דעם אומרויקן געפיל און הארץ־קלעמעניש האט זי דך אויך נישט געקענט באפרײען, װען צװײ קראנקן׳שװעסטער האבן זי אויף א טראנ-בעטל אין א צימער אריבערגעפירט און איף א בעט איבערגעלײגט. מיט אן אויסגעמאטערטן קערפער און אויסגעהוילט הארץ וויז זי לאנג אזוי אומבאװעגלעך און טויט׳מיד געלעגן, ביז א נאנאסאן קול, א שװאך װײבערש קיל, װאס האט אזוי װי תה־נות געזאנט, האט גענומען לאנגזאם ארײנטריפן אין איר באװופטזײן ארײן. מיט פארמאכטע אויגן האט זי זיך ביז גאר אנגעשטרענגט, דן אײנגעהערט, גענומען הערן: ....טאכטער מײנע — האט מאנאטאן גערעדט דאם קול— :ס א־ז בעסער אזוי. גלויב מיר, איך װעל דיך נישט נארן. נלויב מיר, דיץ מאמען. אויב דו גלויבסט נישט, אז װאם דער אויבצישטער באשערט, איז אלץ פון דײן טובה װעגן. איך בין דאך נישט אומזיםט מײן גאנץ לעבן אפגעקומען, און עם קאן דאך נישט זײן, אז אויך דו, װײ צו דער םאמען, האסט אום• ױסס אזא שװערן לעבן געהאט. עס װעט נאך מיט םרײד פאר דײן גער באצאלט װערן, אץ עס װעלן נאך דײנע זיבן חנען א־ן זיבן און זיבעציק זיך םארמערן...' זי געדענקט אזױ גוט — האט די ווברטע מיר דערציילט- װארט אץ װארט געדענקט זי, װאם דאס װײבערשע קול האט נענזענהט. װארט און װארט האט זי די רײד בשעת־מעשה נאכ• נזזאגכ און אויך איצט האלט זי זײ אין אײן איבערחזרן. און א־ר איז איצט םיטאמאל אזוי גוט נעװארן, זי האט גע• יײנס אז דאס רעדט צו איר איר מאמע, ויאם איז דאך אזוי• פיי אדגעקומען אין איר לעבן, אץ װאס די טאכטער אירע קיפש דאך נאך שװערער אפ. קאן עם דען זײן, אז דאס אלץ ייז נע־וען אומזיסט? און עם האט זיך איר געגלויבט, אז מיט 77 חנען װעט זי פאר איר צער באשאנקען װערן. מיט הײםע פיער־ ־אט זי זיך באגאסן םון דאנקבארקײט צו איר, צו דער ׳יײסעו־ מאמע. אבער װיםיל צײט קאן איר זיין גוט? וױ נאר יי האס געעסנם די נאםע גליקלעכע אויגן, האט זי אנטקעגן יך דע־־זען ליגן אין א בעט גארנישט קײן שײנע און שוין יןייני״-ט קײן ױנגע םרוי, און נעבן יענערס בעט איז נעזעסן ייף א בענקל א קלײנע, אײנגעשרומפענע ײדענע... שפעטער האט זיך שוין די חברטע דערװוםט, אז דעם :*ען יעת-לעת, װאם די טאכטער איז געגאנגען צום קינד, איז?ט׳א די ײדענע אםגעשטאנען אינדרויסן, מיטן פנים צו דער דינט■ אין האט זיך פון ארט נישט גערירט. ערשט װען מען י*?־ א־ר אננעזאגט, אז איר טאכטער האט געהאט א טויס

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.