Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 10 (1934)
- Issue
- 18 (4.5.1934)
- Date
- 1934-05-04
- Page
- Seite 279 (sequence 3)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 77% known words query
- IRI
…/4795427-8804861-8804884--09418-4804369- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
זײט 279 ל .יערןזרישע בלעטער נומ. 18 (521) נאר װאלט מען דען נישט געקאנט שאפן אן אנדער בנין מיט די זעלבע װערטער? אפשר יא און אפשר נישט. עס איז כמעט זיכער, אז אפאטאשו װאלט נישס געקאנט שאפן קײן אנדער רעזולטאט, װי דעם, װאם די ליטעראטור האט צוגעקראגן. װארום אויך דאס איז אמת: דער דיכטער קען זײן װארט, און דאס װארט קען זײן דיכסער. װארט איז נישטבלויז כלליש, נאר אויך—בײם דיכ• טער מוז עס זײן — יחידיש. בלױז אפאטאשו האט געקאנט אויםקלײבן די און נישט קײן אנדערע װערטער, און נאר בײ אפאטאשץ האט געקאנט ארויםקוםען ״א טאג אין רעגענסבורג״, און אזא — אװדאי. ם׳איז נאר װאס דערםאנט געװארן ארכיטעקטור. נישט צופעליק. סון אלע קונסטן איז ארכיטעקטור צום נענטסטן צום באגריף שאפן. צײטן און עפאכן שפיגלען זיך אפ אין ארכי־ טעקטור מער, װי אין װעלכער עם איז אנדער קונסט. א ליד, װי מען האט עס געשריבן אץ גריכנלאנד, קאן םען אפשר שרײבן אויך אין אמעריקע — הײנט. נאר בלויז גריכנלאנד האט געקאנט שאפן דעם פארטענאן און אסעריקע - די עמ• פײער-םטײט. דער עלעמענט פון ארכיטעקטור איז אבער דא אין אלע ,זיבן קונסטן״. אויך אין דער ליטעראטור• ארכיסעקטאנישע פערפעקאציע - דערצו שטרעבט אין תוך יעדעס ליטערארישע װערק. אפאטאשוס לעצט בוך, וואס א דאנק דער םארענדיקט• קײט װירקט עס כמעם ,פיזיש״, איז טאקע אן או־םנאמלעך פײן שטיקל ארכיטעקטור. די ליניעס, פארמען, קאנסורן, מאםן, דאס ליכט און שאטן־שפיל, זענען אבער דא אלץ - װערטער, און װידער דער אײגענע: דער עיקר יענע אכט צענדליק רעםטאװ• רירטע אלט־ײדישע זילבן און קלאנגען• א שאד בלויז, װ&ס אפאטאשו האט נישט געפילכ, װי אומנײטיק עס איז אט די װערטער צו אונטערשטרײכן - טיםאגראפיש. די אפטישע הנאה מוז דערפון לײדן. די גרעסטע שאפער פון דעם מענטשלעכן מין האבן נישט געקאנט באשאפן דעם מאטעריאל, װאס איז דא - מיט דעס, מענטש, װײז װאס דו קאנסט• דער אײפטו פון דעם קינםטלער איז דער עיקר — אויסקלייבן און פונדאסנײ קאמ• בינירן. די פרייד פון אפאטאשוס ,א טאג אין רעגענסבורג״ באשטײט דערין, װאס אין דעם װערק איז אזוי גליקלעך אויס• געקליבן און קאמבינירט געװאײן. יארן און יארן האט זיך דער מאטעריאל געגעלט, געבליאקעװעט צױישן שמות, אין אלטע סםרים, אין א פארגעםענער מעשה, אין א געפונענעם בריװ, אין א צופעליקער באמעדקונג. איז געקומען די האנט, װאס זעט און פורעסט, און אויפגעשטעלט א זעלטן-עלעגאנטע, לע• בעדיקע געבײדע. געװיס איז אין דער געבײדע דא: עפאכע פארשײנען, א־דעען, געפילן, סאציאלער געראנגל — אלץ׳ װעגן װאס מען האט שײן גערעדם. נאר דא האט דעם גוטן שרײבער אפאטאשו געהאלםן דער באװוסטזיניקער מענש אין אים, װאס פערשטײט אויסגעצײכנט, װי נײטיק עם איז אין דעם באגאזש פון טאלאנט צו פארמערן מיט װיסן, מיט גײםטיקן וװקס און םאר.יםונג. אט דער מענש װאלט זיכער געװען אינטערעסאנט און געמאכט אן אײנדרוק ביי א גלעזל טײ — אפילו װען מען זאל נישט זײן אינפארמירט, אז ער איז א שדײבער, און וױםיל װיכטיקע װערק טראגן שוין זײן נאמען. אין דער איצטיקער נאטיץ האב איך נאר געװאלט זאגן א פאר װערטער װעגן דעם מײנסטער אפאטאשו אין דעם קיניגרײך םון װערטער. אבער, אין תוך, װען מיר האבן פאר זיך דעם רעזולטאס, ו :ט זיך מיר, אז מען קאן זאגן: ,א טאג אין רעגנסבודג״ איז א בנין, װאס איז אויפגע־?.•עלט, אויסגעבויט געװארן פון א באשטימטער צאל װערטער, איכאישע װערטער. נאך דירעקטער: דאס בוך איז װי א גלענ• זנד־געלונגענע לײזונג פון א מין מאטעמאטישער פראבלעם. א ־אטאשו האט נענומען אין אכט צענדליק אלט׳ײדישע װערטער אין אויסדרוקן, און געשאפן דערפון אן איבערראשנדיק גאנץ אץ פארענדיקט קונסט־װערק. װיל איך אויף אזא אופן זאגן, אז דאס בוך איז א מין ק־נסטלערישער תיקון פון א זיבעציג-אכציק באשטימטע װערטערז יא — דאס װיל איך זאגן. און דאס איז פאר מיר דער גרעס■ טער לויב, װאס איך האב סאר אפאטאשוס נײםטן בוך. מען װעט זיך װיצלען, אז איך שטעל דעם ענין מיטן קאפ אראפ. אין דער אמתן — װעט מען שמײכלען, איז דאך דאם פונקט פארקערט. אפאטאשו האט געװאלט אנשרײבן א זאך פון דעם 16־טן יארהונדערט, האט ער אויםגעזוכט די נויטיקע אראליקע װערטער, און עס איז געשען. דערבײ װעט מען שטאלץ גײן געארעמט מיט דער לאגיק און איך — איך װעל אםילו נ־שט האבן קײן ,לאגישן פוס צו שטײן״, װי מען װאלט גע■ זאגם אויף ענגליש. איז נישטא װאס צו שרעקן זיך פאר דער לאגיק פון צװײ־מאל׳צװיי. לאגיק און דיכטונג געהערן נישט אלעמאל צו די זעלבע םלאכן. מען זאל קײנמאל נישט זײן צו זיכער װעגן דעם, װאס און װען עם איז מיטן קאפ אראפ אין דעם קיניג• רײך פון װארט. נאר אויב מען װיל דװקא ארגומענטן, איז אט: װארט איז א סכום זילבן זון קלאנגען. דערין — דער מחיקאלישער און ריט מישער געבאם, װאם איז אן אבםאלוט אין ליםעראסור. נאר װארט איז נישט אפצו.ײלן פון באגריף, בײדע זענען געקומען גלײכצײטיק. ממילא קאן מען אויך נישט אפטײלן װארט םון אידעען, געדאנקען, פארלאנגען, באװוסטזיניק שטרעבן. װען א באשטימט װארס װערט אויסגעקליבן — און צי זאל עם אויםגעק׳יין װערן - איז שוין פון פריער באשטימט, צי עם איז אנגעלאדן מיט אלע נויטיקע געדאנקען און געפילן. דארף אויך זײן קלאר, אז דער ,אינהאלט״ פון װארט איז יענער פארבאדיננ - און איך מײן: מינימאלער םארבאדינג - װאם נײט אים הויבט סען אן, נאך אײדער מען הויבט אן צו דרײבן. װען בײ א גלעזל טײ איז עמעצער באנאל, םלאך, גײסט• א־עם, װײסם מען: מען זיצט קעגנאיבער א מענטש, װאס פאר• ראנם נישט קײן אידעען. דער מענטש קאן זײן א דאקטאר, אכעקוראציע׳אגענט, א שוסטער. װען דאס אומגליק פאסירט מיט דער ארבעס פון א דיכטער, דארף און מוז מען זאגן: פאעט א־פסילאן פארמאגט נישט קײן װערטער. טרעט איך דא נישט ארויס װי אן אדװאקאט פאר .נײן ראס רײד״ װואס נעמט זיך אזוי אפט פון איבערהזרן די זעלבע פאר װערטער צענטליקער מאל), װײל איך האב אין זינען קװא׳ ליטעט נישט װײניקער, נאר מער װי קװאנטיטעט. אפאטאשו אלײן מעג זיך פארופן אויף דער לאגיק, אז? ־ם כל איז נעקומען צו אים די אידעע, און ערשט דערנאך הייש ער זיך גענומען זוכן דעס מאטעריאל םאר זײן ארכיטעק• כ ־. דאס װעט פונדעםטװעגן נישט אפשטרײטן דער געדאנק, >וי ,א טאג אין רעגענסבורג״ איז א מאטעמאטישע גלײכונג מיט ע ־1עכע ,אומבאװוססע״, און בלויז מיט די זיבעציק-אכציק אר• נ; יזמען, װי די .באװוםטע״ צאל.