Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 10 (1934)
- Issue
- 18 (4.5.1934)
- Date
- 1934-05-04
- Page
- Seite 278 (sequence 2)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 75% known words query
- IRI
…/4795427-8804861-8804884--09417-4804368- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערמרישע בלעטער נומ. 18 (521) זײט 278 געשטעלט אויף אזא אגזעעװדיקן אופן. אז דער צושויער^ װאנ דערט אלײן און אריענטירט זיך לויט דער איבערשריפט, װי לוײ1 סעמאפארן, איז א גוט באלערנדיקע לעקציע סיי פאר שלום-עליכ: קענער, װי אויך נישט־קענער. א װאנדערונג פון די ערשטע זזעברעישע קארעספאנדענצן פון י. ש. ראבינאװיטש, בױ די שילערישע ארבעטן װעגן שלונ־ עליכם. א פארענדיקטע ליטעראטור־היסמארישע קייט? דער קעגנ־ זאץ איז זיכערער. א לאנדערונג אן א סוף... אזוי װאלט מען אויך געקאניט אן א סוף איבערגעבן אל• װאס עס געפינט זיך אויף דער דאזיקער אויסשטעלונג. נאר דאן װאלט אויסגעװאקסן אנשטאט אן ארטיקל מיט עטלעכע סוביעק• טױוע איבערלעבענישן, א יגאנץ אימפאזאנטער קאטאלאג, דערצל באצירט סיט סטאטיסטישע חשבונית, און אפשר גאר ינאך מיט אינטערעסאנטע רעפראדוקציעס. און װען מען װאלמ זיך, למשל, גענומען נישט בלויז אויבנ־ אויפיק אנקוקן, נאר בפועל שטודירן די אויסגעשטעלטע אלבא־ מען מיט בלערליי טעלעגראמעס אדער צײטונגס-אויםשניטן, װאלט מען אפשר געקאנט שאפן נײע צושטײערן צו אונזער שלום-עיל- כמאלאגיע. גענוג רלויז דורכצולײענען יענעם צײטונגס־אויסשניג■, װאס ליגט פאר די אויגן, װו ס׳װערט באשריבן, װי מען האט דעם מײסטער דערקענט אין זאקסישן גארטן בשעת זײן װײלן אין װארשע, און װי ער האט זיך געמוזט באהאלטן פארן גרויסן עולם, װאס האט אים דערקענט און ארומגעלאגערט, כדי צו אנען, װאס קאן אװיסקומען נאך א גענויערן שמודירן פון אלע מא־ טעריאלן. ס׳איז בלויז אײן גרויםער שאדן, װאס די אויסשטעלונג איז געבליבן שטעקן אין די ד׳ אמות פון ויוילנע און לאזט זיך נישט ארויס אויף א װאנדערונג צװישן אלע, אלע, אלע', װאס זענען פארערער פון שלום־עליכם. אזא פערזענלעכקײט װי שלום־עליכם, װאס איז איינצײטיק אי א מאנומענט פון א געװיסן צײט־אפשניט אין אונזער ליטעראטור, אי א ממשותדיקע װירקלעכקײט. אינם דאזיקן ליכט װערט אפילו דער םאמע ארכױואלסטער מאטעריאל גאר צאפלדיקייט. עס פאילט דאן אפ די מחיצה. אגב שוין א רײן קינסטלעכע און סכעמאטישע, צװישן ארכיװאליסטיק און אקטואליטעט. בפרט װען מען זעט עקספאנאטן פון איבערזעצוגגען אין א םך סך שפראכן. װי פויליש, רוסייש, מײסרוסיש, רומעניש, עס־ פעראנטא, לעטיש, ענגליש, פראנצויזיש, שפאניש, האלענדיש, דײטש, יליטװיש, אונגאריש, און אחרון אחרון - אינם עקזאטישן יאפאניש. פארשטענדלעך, אז אויף דער אויסשטעלונג האבן מיר נישט א קאמפלעט ביבליאגראפיע פון אלץ, װאם מען האט פון ש״ע איבערגעזעצט אין אנדערע שפראכן, נאר בלויז מוסטערן פון אזעלכע מינים, םיי אין באװנדערע בוך-אויסגאבן, םײ אין פעריאדישע צײטשריפטן װאלט פען אבער געמוזט אלץ שײכות־ דיקעיאויפקלײבן און אויסשטעלן, אדעיר בלויז פוסטערן און אלץ אנדערע, דעם רעשט פאטעריאל אנזעעמדיק פאכן אויף אויסנע־ האנגענע ביבליאנראפישע טאבעלעס. פארשטײט זיך, אז אן ענלעכעארבעט װאלט גרײלעך גע- מוזט אנגעװענדט װערן צו א סך אנדערע אפטײלונגען פון דער אויסשםעלונג. נאר דאם װאלט איבערגעאנדערשט דעם גאנצן כאראקטער אירן,' - געשאפן' זי, אזוי צו זאגן, אין א װעלט-פאס־ שטאב. דאן װאלם אויך אויפגעשװומען די פראגע פין טראנס• פארטירן זי פון אײן ײדישער שטאט אין א צװײטער, כדי די גאנצע יידישע װעלט זאל זיך קאנען מיט איר קװיקן. דערװייל, אבער, איז זי, לײדער,' באגרענעיצט געװארן צום לאקאלן געברויך און במילא זענען אפגעפאלן אלע באװארענישן פונם אויבן-גע- בראכטן מין. אבער אויך דאס, װאט איז געשאפן געװארן און צוזאמענ-?■עיע?עס / ניז־י־^דק וועגן אפאטאשוס ״א טא\ אין רעאפנסבורא" מיט אן אמת, װי לײם אין דעם טעפערם הענט. װאס מער קינסטלער ־־ אלץ מער געלינגט אים אויפצובויען פון װארס דעם בנין, װאם ער װיל. ,א טאג אין רעגענסבורג״ און טײלווײז ״אליהו בחורי , רעקאנססרואירן א שטיק אלט ײדיש לעבן — אמת. װעגן דעכ איז, נאטירלעך, נישטא װאס זיך צו שפארן. אלע לויבן, װאס זײנען דערבײ געשיקט געװארן אויף דעם דיכטערס אדרעס, זענען כשר פארדינט. װי האט אפאטאשו דערגרייכט זעם פאד געבענעם ציל? נאך מיט יארן פריער האט זיך אפאטאשו ארומגעםראנ• מיט דער אידעע אנצושרײבן עפעס אויף דער אלט-ײדישע- שפראך. דאם האס געפאדערט אן א שיעור ארבײט. און אפא טאשו האט געארבעט - אין פשוטסטן זין פון װארט. געגריבלס זיך אין אלטע ױערק, געזעסן שעה׳ען אין ביבליאטעקן, אויפ־ גענומען א שטודױם אין פילאלאגיע. ארבעט פון א ציל־בא־ װוםטן ״םײנסטער״, װאם זאמלט שטאף, מאטעריאל, זיפט אין קלײבם איבער, אײדער ער נעמט זיך צו פורמען דאם בילז װאם שטײט אים פאר די אײגן. און — קײן סימן פון דער מי, קײן שטעך און קײן נעס אין דעם פארענדיקטן װערק. װירקלעך: הויכע קינסטלערישע פראבע. װאק, חדשים און אפילו יארן זאמלן און פארטי:, זיך - און עם איז א םך, װען דערפון אטעמט ארויס דער הי־• פון דער צײט. עס איז זײער און זײער א סך, װען מען דער־ פילט, װי בײ אפאטאשון, דעם אראמאט םון עפאכע, קביב־, געשטאלטן. אפאטאשוס לעצט בוך, — ״א טאג אין רעגענםבורג״ און ״אליהו בחור״ — איז אויפגענומען נעװארן אין אונזער ליטע• ראטור מיט מער װי געװײנלעכער אויפמערקזאמקײט. האט מען אין די פארשידענע ארטיקלען אנגעװיזן אויף א סך מעלות און - איך בין גרייט אויף זײ זיך אונטערצושרייבן. אין אט דער נאטיץ װיל איך בלויז ארויםזאגן עטלעכע גע• דאנקן, װאס זײנען בײ מיר אויפגעקומען בײם לײענען דאס בוך. איך מײן, אז אין זײן נײסטן װערק האט אפאטאשום קינסטלערישקייט דערגרײכט די פולםטע שלימות. און אט פאר• װאס : שוין יארן און יארן האלט איך, אז ליטעראטור — די גאנצע ״שײנע ליטעראטור״, כאטש צום מערסטן איז עס אמת אין דער אײננטלעכער פאעזיע - איז צוערשט און צולעצט די קונסט פץ שפראך. דאס איז, פארשטײט זיך, א טרויזם. נאר — איך מיין עס טאקע אין דעם בוכשטעבלעכן זין. איך האב דעם געדאנק געפרוװט נישט אײנמאל צו מארמולירן. װען איך האב געשריבן, גערעדט און ״אגיטירט״ דערפאר, אז פארם און אינ• האלט זענען אײנס, בפירוש דאסזעלבע, האב איך עס געטאן מיט אט דעם טרויזס, װי אן אויסגאנג-פונקט. אויב עס איז מיר נישט געראטן צו איבערצײגן אנדערע איז עס זיכער מײן שולד. נאר פין מײן אײגענער איבערצײ• גונג האט עם מיד נישט געדירם. איז אויב דיכטונג איז די קונסט פון שפראך — װערט די קינסטלערישקייט געמאסטן דער עיקר לויט אײן קריטערױם: ײארט. דער קינסטלער איז דעד, װאס דאס װארט איז בײ אים