Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 10 (1934)
- Issue
- 17 (27.4.1934)
- Date
- 1934-04-27
- Page
- Seite 272 (sequence 16)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 78% known words query
- IRI
…/4795427-8804861-8804883--09410-4804362- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נומ. 17 (20•■) זײט 272 י. '#שתסק'! װ^רשע מיט װאם איז מ. זילפעדפאדפ געהומעי צום ״אדט״ וק'צור פון ז) דעדע גסה>>לםן >וו'ף דער םרו'17ר-^ק>)7סס'ס דעם ^ז־עעדי? 934נ) נאכן פאלן פון דער אױטאנאמיע האט מ. זילבערפאוב נישט איבערגעריסן זײן קולטור-טעטיקײט. ער האס געדינט דער מאדערנער ײדישער קולטור אלם אנפירנדיקע פערזאן אין ד;־ געז. ,קולטור־ליגע/ איז געװען לײטער פון דעם ײדישן פןןלקם• אונױוערזיטעט, האט גענומען אקטיװן אנטײל אין די ײדידע נא־לאגן. געטרײ און אויסגעהאלסן האט ער בײ די געענדערי-ע באדינגונגען געדינט זײן אײנאײנציקער געליבטער — דער מא־ דערנער ײדישער קולטור. נאך דעם װי ער האט אונסער דעניקינען ארײנגעקוקט דעם טויט אין די אויגן, האט ער געסוזט פארלאזן אוקראינע און איז געקומען קײן פוילן. מ. זילבערפארב װערט דער פי־ רער פון פוילישן ״ארט״. און די ארבעס פון ,ארט״ װיל עד דערהויבן צו דער מדרגה פון א פאלקם־ארבעט, װעלכע דאוף פארבײטן די נישט־עקזיסטירנדיקע נאציאנאל־קולטורעלע אויסא■ נאמיע. פאר דעם אידעישן אינהאלט פון דער .ארט״־סעטיקײט האט מ. זילבערפארב קײנמאל נישט אויפגעהערט צו קעכפן. איך דערמאן זיך א כאראקטעריסטישן אינצידענט, װעלכער איז פארגעקומען אין דעם זעלביקן זאל, װו מיר באערן איצט זײן אנדענק. דא, בײ דעם זעלביקן טיש האט ביי דער עפענונג פון דעם דריטן ,ארט״׳צװאמענפאר גענומען דאם װארט א זײער אנגע■ זעענער פאליטיקער. ער האט באגריסט דעם .ארט״ און גלײכ׳ צײטיק האט ער געװארנט: טוט אייער פראקטישע ארבעט, מיר װעלן אײך העלפן, איר זאלט אבער נישט װאגן צו רעדן װעגן אן ,ארט״-אידעאלאגיע, — דערצו זענט איר נישט בארופן. אזא שטאנדפונקט האט מ. זילבערפארב באקעמפט, און װי ער האם נאר געקאנט, האט ער דװקא אונטערגעשטי־אכן די באדײטונג פון ^ארט״ אלם אידעע, אלס באװעגונג. און נאך אײנס האט מ. זילבערפארב געגעבן דעם ,ארט׳. װער עס שטייט אין געזעלשאפטלעכן לעבן, װייםט זײ;ר גוט, אז מיט שכלדיקע ארנומענטן אלײן איז זײער שװער צי געװינען מענטשן, פאר א זאך. מען איז גרײט צו אנערקענען די לאגיק פון די אויספירונגען, נאר מען בלײבט קאלט, ניסס גערירט. כדי צו באװעגן מענטשן צו אקטיװער מיטארבעט, מיז מען נאך אויסערדעם באזיצן א באזונדער פערזענלעכע צי־ ציונגס־קראפט. מ. זילבערפארב, דער רחבותדיקער און הדר״.־ פנימדיקער, האט אין א גאר גרויסער מאם סארמאגט אט די צױבער־קראםט פון װירקן אויף מענטשן. ער איז נעװען א מענטשן־פאנגער פארן ,ארט״, ער האט נישט אײנעם געפאנגצן אין די נעצן פון .ארט״, און אדאנק אים זענען זײ שוין גע• בליבן געטרײע פרײנט און סימפאטיקער פון .ארט״. דאס אלץ, דער גײסט פון דער רוסלענדישער אינטעיי• גענץ און די איבערגעגעבנקײט דער מאדערנער ײדישער קיי■ טור, די אידעישע אויםגעהאלסנקײט, דעם צײבער פון א פער׳ זענלעכקײט, האט מ. זילבערפארב געגעבן דעם .ארס״. װדם האט ער באקומען דערפאר? אביסל עולם הזה, א קלײן ביסל עולם הזה, אביסל פבוד און אנערקענונג, 30 מאנאטן ראנגלנן זיך צװישן לעבן און טויט און צולעצט דעם קאלטן קבת ' זינט דעם יאר 1921 האט מ. זילבערפארב פארבונדן זײן לעבן און שאפן מיטן ,ארט״. עם איז נאך פרי צו מאכן א סך-הפל, װאס מ. זילבערנארב האט אויפגעטאן פאון ,ארט״ און אין ,ארס״. אויף דער הײנטיקער טרויער-פײערונג זאל בלױז אין קורצע שטריכן געזאגט װערן, מיט װאס איז מ." זילבער• פארב געקומען צום ״ארט״. ער האט געהערט צו יענעם רור, װעלכער האט געלײגט דעם פונדאמענט פאר די בײדע גרויסע באװעגונגען, װאס האבן ארויפגעלײגט זײער שטעמפל אויף אונזער געזעלשאפטלעכן לעבן אין לעצטן האלבן יארהונדערט: ארבעטער־באװעגונג און צױניזם. געבוירן אין יאר 1876, האט ער לויט זײן עלטער נישט גע׳ קאנט שטײן אין דער ערשטער פאלאנגע בויער און באגרינדער פון די בײדע גױיסע אידעישע שטרעמונגען. ער האט געהערט צו דער צװײטער פאלאנגע, װו ער האט פארנומען אן ארס אײבן אן אלם באשאפער פון דער סײמיסטישער אידעאלאגיע. דאם איו געװען אן אײגנארטיקער םינטעז פון מאדערנע אידעען מיט ײדישע שטרעבונגען, און מ. זילבערפארב איז געװען דער בארופנםמער אויף צו שאפן אזא סינטעז. ער איז געװען אן אײראפעער, א מאדערנער מענטש לויט די פארמען און מעסאדן פון זײן דענקען און האנדלען. אין דער באצױנג האט ער זיך אינגאנצן באפרײט פון דער אפגעלעבטער פארגאנגנהײט, אבער דעד אינהאלט פון זײנע פאדאינטערעסירונגען איו געװען און שטענדיק פארבל־בן א דורכויס ײדישער. מ. זילבערפארב האט אײנגעזאפט אץ זיך דעם גײסט פון דער רוסלעגדישער אינטעליגענץ, פאר װעלכער לעבן האט בא־ טײט ארבעטן פאר אן אידעע און זיך מקריב זײן פאר אן אידעע. און נאך אײנס האט מ. זילבערפארב איבערגענומען ביי דער רוסלענדישער אינסעליגענץ: אידעישע אויסגעהאלטנקײט. אלס סײמאװעץ האט מ. זילבערפארב אננעשריבן אײף זײן פאן דעם קאמף פאר דער מאדערנער ײדישער קולטור, און דער דאזיקער פאן איז ער טרײ געבליבן זײן גאנצן לעבן. נאך דער ערשטער רוסלענדישער רעװאלוציע האבן זיך אסך אידעישע טוער, דערין אויך דעם פארשטארבענעמס פארטײ חבריס, א װאקל געטאן און זענען אװעק דינען צו אנדערע געטער. מ. זילבער• פארב איז טרײ געבליבן זײן איינציקער געליבטער און האט איר געדינט אין די באשײדענע פארמען, װעלכע זענען מעגלעך געװען אין דער נאך־רעװאלוציאנערער צײט. איך געדענק מ. זילבערפארבן אין דער צײט נאך דער צװײטער רוכלענדישער רעװאלוציע. אין יענע װונדערלעכע טעג, װען מיליאנען מענטשן זענען ארוים אויפן גאס, האבן אסך אויסגעהאלטענע טוער אװעקגעװארפן די שיפן, מיט װעלכע זיי האבן ביז אהער געשוײמען. מ. זילבערפארב איז געבליבן בײ זײן אויםגעהאלטענער געטרײשאפט צו זײן פראגראם. און זײן שעה איז געקומען. ער איז געװארן דער ערשטער ײדישער מי• ניסטער אץ^האט מיט כבוד און װירדע דערפילט זײן אמט אלס לײטער פון דער ײדישער אויטאנאמיע אײף אוקראינע. די רןןד פדן דער געשיכטע האט זיך א דרײ געטאן, עס האט זיך גע• שאפן א נײע פאליטישע סיטואציע, װען די ײדישע אויטאנאמיע האט געמוזט בטל װערן, און מ. זילבערפארב האט פארשטאנען מיט כבוד אװעקצוגײן פון זײן אמט.