Literarishe bleter
- Journal
- Literarishe bleter
- Volume
- 10 (1934)
- Issue
- 17 (27.4.1934)
- Date
- 1934-04-27
- Page
- Seite 260 (sequence 4)
- Language
- Yiddish
- Belongs to
- journal issue
- OCR quality
- 79% known words query
- IRI
…/4795427-8804861-8804883--09398-4804350- Visual Library
- page viewer of the UB Frankfurt
OCR text
ליטערארישע בלעטער נומ. (17 520 זײט 260 לעבט א מענטש אויף דער װעלט, אז ער זאל פארדינען כך ונך דאלאר א מאנאט און זײ אויסגעבן!?... הבלל, ס׳איז ביטער: ביטער שבביטער: נאר דער הונט האט פארדינט דעם שטעקן׳... גלײך נאך זילבערפארבם צוריקקער פון ראטן־רוסלאנד, אין נאװעמבער 1927, שרייבט ער מיר: .... ״דאס סאל װיל איך אײך שרײבן װעגן מײנע אײנ■ דרוקן אין רוסלאנד, ס׳רעדט זיך נאר אװי ״איינדרוקן׳, אויב איך זאל װעלן אלץ איבערדערצײלן, װאלט איך הײנט נישט געענדיקט. איך װיל מיר דעריבער פארלייכטערן די אויפגאבע. איך שיק אײך קודם-כל ארויס אין א באזונדער פאקעט מײנע ארטיקלען איבער דער קאלאניזאציע״פראגע, כדי כאטש מיט דעס ענין אפפטרן. ״איך קלײב מיר שרײבן א סעריע ארטיקלען װעגן דער עקאנאמישער לאגע פון רוסלאנד, אבער בײ מיר אין קאפ איז נאך נישט אלץ קלאר, ריכטיקער געזאגט׳ נישט םיםטעמאטיזירט. איבער דעם װעל איך די דאזיקע טעמע דא נישט בארירן. ״איך װעל אײך שרײבן מער װעגן מײנע אײנדרוקן ״װא• אבשטשע״, און איך װעל אנהויבן פון סוף. אז מ׳האט מיך גע• פרעגט אין רוסלאנד, װי איך האב באשלאסן די םראגע װעגן מײן בלײבן דארט, האב איך געגעבן אזא 'ענטפער: (אי ם׳װילט זיך און אי ס׳שטעכט יזיך׳) ״אי כאטשעטסיא אי קאלעטסטא ׳.' און דאס איז דער ריכטיקער אמיז. *איר װײםט פון מיין םריער־ דיקן בריװ, אז איך האב געהאט א פסיכאלאגישע נטיה צו לעזן די דאזיקע פראגע פאזיטױו. אין רוסלאנדיהאט זיך די דאזיקע נטיה נאך מער פארשטארקט. די ערשטע טעג בין איך ארומגע■ גאנגען אין מאסקװע א באגייסטערטער. איך האב געזען מענטשן פון אונזער שניט שטײען בײ דער ארבעט, הארעווען שװער, שװיצן, אבער זײ זענען פארכאפט פון זײער ארבעט, זיי בויען א מלוכה אויף א נײעם שטײגער מיט דעם אויפריכטיקן גלויבן ואון אײ־ ניקע אפילו מיט מסירת־נפש), אז אזוי ארום װעט מען אויסראטן די קאפיטאליסטישע קליפה פון דער װעלט. און דאס הארץ האט זייער געצויגן צו פארקאטשען די ארבל און זיך איינשפאנען איין װאגן. װער װײסט _ איז מיר ארויפגעקומען א מחשבה _ אפשר א־ז רוסלאנד טאקע באשערט *ויסצומײדן די שבעה־מדורי קאפי־ טאליכטישן גיהנם כדי צו קומען צום סאציאליזם. און אויב אפי• לו רוםלאנד װעט זיך נישט אײנגעבן אויסצומײדן דעם גזר דין פון דער געשיכטע, אויב זי װעט דאך מוזן בלייבן א שטיקל צײט אין קאפיטאליסטישן פרוזדור אײדער זי װעט קומען אין גן־עדן פון סאציאליסטישער גערעכטיקײט, װעט זי פארט נישס דארפן אויסשםיין די גאנצע רשעות, צביעות און א םך אנדערע פלאגן פון דער מערב־אײראפעישער קאפיטאליסטיש־פארלאמענםא־ רישער ארדגונג. א קלײניקייט צו זאגן - די גאנצע פרעסע, לי■ טעראטור, טעאטער א. א. װ. זענעןי דורכגעדרונגען דורכויס מיט דער סאציאליםטישער אידעאלאגיע. הײנט די שולע: די שולע אויף אלע אירע שטופן דערציט 'א ידור, א גאנצן דור פון קאמוניסטי־ שע קעמפער. װו נאך אויף דער װעלט האט איר אזוינס געזען? זאל זײן, אז פאליטיש און עקאנאמיש איז ידער פראלעטאריאט גע־ דריקט, אבער אויף אלע געבייטןי פון קולטורפלן לעבן׳ אייף איפ שטופן פון אידעאלאגישן שאפן הערשט די אידעאלאגיע פונם אר• בעטער־קלאם. איו דאס אלײן שוין נישט װערט, יאזי אזעלכע ײדן, װי איר און איך, זאלן אפגעבן זײער לעצט ביסל כוחות, כדי צו שטופן דעם װאגן פון דער ראטן־מאכט און - װי גאט װעט געבן - אדער מ׳וועט אים ארויסשלעפן, אדער מ׳װעט י אײנגע־ זונקען װערן צוזאמען מיט אים. ״צו די דאזיקע אידעאלאגישע הרהורים זענען נאך צוגע• קומען ריין־פערזענלעכע איבערלעבונגען. נאך 6 יאר פוין גלות- טרײבן, האב איך מיך אין רוסלאנד דערפיילט באמת אין דער הײם. אלץ' איז מיר דא געװען נאענט און ליב - דאם טעאטער, די ליטעראטור און דער עיקר -ידימענטשן - אייגענע מענמשן, פון אײן בלוט און פלײש. די קאמוניסטן, פון אונזערע געװעזענע חכרים, האבן מיך אויפגענומען זייער סריינטלעך, מ׳קאן אפילו זאגן הארציק, הגם איך בין צו קיינעם פין זיי דער י ערשטעי נישט צוגעגאנגען. נו, און פון אנשי-שלומנו שוין אפגערעדט. ימיט איין װארט, װפן איך זאל געװען דארפן באשליסן די פראגע װעגן מיץ בלײבן אין רוםלאנד אין די פרשטע טעג פון מײן פארװײלן אין מאסקװע, װאלט איך קיין מינוט 'נישט געקװענקלט, אז איך בלײב דארט. אבער איך האב זיך אפגעהאלטן אבער רעדן רעדט מען דערפון לעת-עתה מים א האלבן מויל, דער צוױיטער אינטערנאציאנאל איז נאך אלץ טריף װי חזיר וכו׳ וכו׳... יא, יא, מײן ליבער' אברהם, קרומט זיך נישט ״פאזשאלוס־ טע*, ם׳העלפט נישט. אויב ס׳געפעלט אײך נישט, פרוװט זיך אנדערש שאפן א נײע פארטײ, מיט װעלכער איר זאלט שטימען אלע סס1 פראצ., אװי װי מיר האבן עס געטאן צוריק מיט עט• לעכע און צויואנציק יאר. האט איר אבער דערויף קײן כוחות סער נישט, טא נעמט זיך נישט 'איבער, גײט צום טיש און עסט, װאם מ׳דערלאניגט אײך. פון צײט צו צײט װעט איר זיך ארײנכאיפן אין קיך און ביםלעכװייז פאריכטן די מאכלים, װאס שמעקן אײך נישט און לעת־עתה? לעת-עתה - אפארטוניזם?13131 5״ס״ 511. ״מײן אפארטוניזם קאן מיך פארפירן נאך אין אן אנדער װעג - טרעפיט יװוהין? קײן רוסלאנד. כ׳האב יזיך באגעגנט מיטן חבר אין בערלין, לאנג געשמועסט, דערצײלט אים,אזפון קא־ מוניזם בין איך אזוי װײט, װי געװען, שרײבן חרטה־בריװלעך און שלאגן זיך על-חטא האב איך לחלוטין בדעה נישט. מײנט ער, אזיכ׳װאלט נישט געקיוקט אויף אלע מײנע װידערשפעניקפ דערקלערוגגען, געקאנט טעטיק זײן בײ ״זײ״ אויפן געביט פון ײדישער אויפבוי־אריבעט. זאג איך, אויב ״זײ״ איז ליב, איז מיר ניחא, זאלן ״זײ״ מיר מאכן'א קאנקרעטן פא־שלאג, װפל איך נע• מען שטיעלונג. אפגערעדט, ער איז אװעקגעפארן קיין מאסקװע און פון דארטן מיר געשריבן א בריװל אין א טאן, װאס איז שוין מיט 'א גאנצער אקטאװע נידעריקער. ס-הײסט,' קײן יפאסיקע ארבעט איז לעת-עתה פאר מיר נישטא, אז די פירער זענען אין אורלויב, מ׳מוז אפװארטן ביז א פאסיקע ארבעט װעט זיך מאכן. האב איך אים געענטפערט, אז קײן שלאקסרפגן גיסט אויף מיר ניישט, און איך קען װארטן. אויב אבער די שעה זאל נישט זיין, און זײ זאלן מיר יא מאכן אן אננעמבארן פאישלאנ, איז נישט אויסגעשליאסן, אז איך זאל זיך אנטאן א כוח און געבן מײן הסכם, װאיס איר װעט דעניסטמאל זאגן אויף מיר, קאן אין־ מיר פארשטעלין, אבער לעת-עתה האלט מיך בעסער פאר א רשע און פארעכנט מיר נישט די מחשבה פאר א מעשה. ״שטיף רעדט מיך אויך שטארק צו, איך זאל פארן קײן רוסלאנד. ער האט זיך דארט אײנגעאידנט על צד הױתר טוב. ער לייענט א קורס געשיכטע פון דער יידישער ליטעראטור אין קיעװפר אוניװערסיטפט, א קורם — אין יידישן פצדאגאגישן פא■ ליטעכניקום און װפט װארשײנלעך אויך באקומען א שיטפלע פיון אן אריסטענט בײ דער ײדישער קאטעדרע אין דער אוקראי״ישער אקאדעמיע. ער האט שוין דארטן פארקויפט צװײ ביכער זײנע און אויך באקומעןי א באשטעילונג איבערצוזעצן דאס בירגערלעכע געזעץ-בוך. הכלל, ארבעט האט ער לרוב, פרנסה - בשפע, איז ער מונטער און פרײלעך און שרייבט מיר פון דארטן באגייס■ טערטע בריװלעך. .... ס׳נעמט פארט אן א חשק, װען מ׳זעט, װי דער מענטש, װעלכער איז ערשט ינישט לאנג געװען בבחינת לײדיקגײער, באדט זיך ממש אין אינטערעםאנטער ארבעט. איך בין אים באמת מקנא׳. װי שטארק איז בכלל געװען די בענקשאפט זילבערפארבס נאך רוסלאנד, באװײזט דער םאלגנדער אויסצוג פון אן אנדער ברױו זײנעם. װאם געהערט אויך צו יענער צײט: .... ״און יװאס, פרעג איך אײך, זענען מיר געלאפן פון רוסלאנד? פארװאס' זענען מיר דארטן גישט געבליבן מיט די איבעריקע צענדיליקער מיליאנען, װעלכע ס׳איז אפילו נישט ארויפגעקומען דער רעיון צו װארפן די הײם, װײל די רעגירונג איז זײ נישט גפפעלן געװארן? נאר מיר, און נאך אזעלכע שלימזלס, װי מיר, האבן יגפהאט 'א ברירה, א ״מייגו׳ - װיל איך, איז רוסלאנד םײןיהײם, און װיל איך, קאן איך האבן א הײם אין בערלין, אין װארשע, אין תל־אביב וכדומה. נײן' טײ• פרינקער, רוסלאנד איז די היים, און פאר מיר איז איצט קײן שום ספק נישט, אז םיר זענען באגאנגען דעם גרעסטן פעלער, װאס מיר זענען אנטלאפן פון דער הײם. דאס איז געװען אונזער םארברעכן, און אונזער שטראף איז, װאס מיר זענען געװארן די אמתפ היימלאזע, היימלאזע איין אלע פרטים, װאס קאנען זיך נישט געםיגען קײןיארם אויף גאטס ערד. ״אז איך לײען אײעירע בריװ װעגן אײערע שטימונגען און פערספעקטיװן, דוכט מיר זייער אפט, אז איר דערצײלט װעגן מײנע איבערלעבונגען. מיר איז אין אײן פרט געװען בעסער, װאס איך האב נישט גפהאט קײן דאגת־פרנסה, אבער צו דערויף