Mannheim
Compact Memory

Literarishe bleter · 1934-04-13 · 15 (13.4.1934) · p. Seite 230

Scan of the page
Image: UB Frankfurt, Visual Library (IIIF)
Journal
Literarishe bleter
Volume
10 (1934)
Issue
15 (13.4.1934)
Date
1934-04-13
Page
Seite 230 (sequence 6)
Language
Yiddish
Belongs to
journal issue
OCR quality
75% known words query
IRI
…/4795427-8804861-8804881--09366-4804320
Visual Library
page viewer of the UB Frankfurt

No entity mentions on this page.

OCR text

ליטער&רישע בלעטער נומ. 15 (518) זײט 230 װענן איציק אײכלס דראמע ,ר׳ הענאך אדער װן>ם מיט מען דאסיט׳ (1792), ערשטער מײל. שטיף האט געםאלט נעשיקם די ארבעט אלם מאנוסקריפט פאר דער ,רויטער װעלט׳ אין כאר• קאװ, װו אפגעדרוקט אין די נימערן 8-7 און 10, 1926 צו יענעם פעריאד נעהערן אויך פןןלגנדע ארבעטן: 11) נ. שטיף. ,א געשריבענע ײדישע ביבליאטעק אין א ײדיש הויז אין װענעציע אין מיטן םון 16״טן יארהונדערם׳, ,צײטשריפט׳, מינסק 1926, באנד 1, ז. 158-141; באנד 2, 1928, ז. 544-515. אין דער ארבעט אנאליזירט שטיף דעם אינהאלטסרײנן ײדישן מאנוםקריפט פון יאר 1553 פון דער באדלעיאנע־ביבליא- טעק (אקםפארד), נומ. 1217, מים 22 פארשידענע זאכן; באװײזיט פאראלעלן און װאריאנטן אין ײדישע מאנוסקריפטן און דרוקזאכן פון 15- 16־טן יארהונדערט; אנטפלעקט דעם אײן־איינציקן דענק־ מאל פון ײדיש־איטאליענישער קולטור (א ליד אויף ײדיש און אייטאליעניש אין א ײדישער טראנםקריפציע); פארעפנטלעכט צופ ערשטן מאל א ליד ,המבדיל׳ פון אליהו הלוי (בחיח פין יאר 1514 מיט באמערקונגען און דערקלערונגען. 12) נ. שטיף. נאטיצן: א) ,לשון אשכנז, לשוננו, יידיש־ <װען איז אויפגעקומעןידער באגריף ,ײדיש׳ פאר דער הײנטיקער שפראך פון די ײדישע מאסן). ב> די םיםטעם פון אבאנענטן אויף צו מאכן מעגלעך דאס ארויסגעבן גרעסערע ײדישע יביכער, אנ• הויב 18־טן יארהונדערט אין אמסטערדאם. זשורנאל ,ײדישע פילאלאגיע׳, װארשע, נומ. 6-4, ארויסנענעבן אין יאנואר 1926. אבער שטיפם סיסטעמאטישע װיסנשאפטלעכע ארבעט האט זיך אנגעהויבן זינט ער האט זיך באזעצט אין קיעװ און באזוינ־ דערס מיטן גרינדן דארט דעם זשורנאל ,די יידישע שפראך', װעלכער איז ערשינעןי אין אפריל 1927 <פון אפריל 1931 - ״אויפן שפראך־םראנט׳). דא האט ער באקומען א ברײט פעלד פאר זײנע פאר־ שונגען *און יער האט זיך שוין מער נישס געהאט װאם צו בא• קלאגן, אז ס׳איז ניישטא װו אפצודרוקן אן ערנםטע ארבעט. אין די זעקס יאר, די לעצטע אין זײן לעבן, האט ער אין זשורנאל אלײן פארעפנטלעכט א פאר צענדליק ספעציעלע שפראך־ סטודיעס, װאס האבן א גײיסע י באדײטוננ און צײכעגען זיך אויס מיט זײיער מעטאדיק, סיםםעם און בקיאות. שטיף באארבעס דעם מאטעריאל גרינטלעך און אויםשעפנדיק. דא גײען ארבעטן װעגן צוױשנװארט ״פון׳; ,פאסיװע זאצנקאנסטריוקציע׳; ,זאצן• םארבינדונגען *בײ מענדעלען׳; ״זאכװערטער אנשטאט צײטװער־ טער׳; װעגן סופיקם ,באר׳; ,נײע און אלטע װערטער און אוים■ דרוקן׳; ,םאלשער בײזאץ׳; ״דיאלעקטאלאגיע׳. אדער אזא אר־ בעט װי ״די םאציאלע דיפערענציאציעיאיין ײדיש. די העברעישע עלעמענםן אין דער שפראך׳ (פארגלײך מ. װײנרײך ״װאם װאלם ײדיש געװען אן העברעיש׳, ״צוקונפט׳. 1931, 3>. אדער ױ אינטערעםאנטע שטודיעס װי ״צו דער היסטארישער אנטװיקלהנ פון ײדישן אויםלײג׳; ״י. מ. ליפשיץ ד#ר לעקסיקאגראף׳; ״די דיאלעקטאלאגישע עקםפעדיציע פון דער קאטעדרע םאר ײדישע קולטור׳ *און א רײ אנדערע. די לעצם־אננערופענע ארבעט איז אנטשטאנען אלם רע־ זולטאט פון א ספיעציעלער אויספארשונגס־ריױע. זומער 1929 איי נ. שטיף קאמאנדירט געװארן םוןידער פילאלאגישער סעקציע פין דער קאטעדרע פאר ײדישע קולטור קיין *װײסרוסלאנד םיםן צװעק פראקטיש אויף אן ארט זיך צו באקענען מיט ךי אײננ■ טימלעכקײטן פון דער אויסשפראך אין די װײסרוםיש-ײדישע ריידענישן. די אויםגעזאמלטע מאטעריאלן האט שטיף באארנעם און פובליקירט אין דעם ארטיקל. ער האט אזויפיל ארבעטן, אז אים קלעקט אפילו צו שיקן קײן אײסלאינד. אזוי האט ער פון קיעװ אפגעשיקט אין מעי־ז 1927 און סעפטעמבער 1928 צװײ ארטיקלען קײן װילנע, וװ זײ װערן אפגעדרוקט אין די ״פילאלאגישע שריפטן׳ סון ײװ׳י יבאנד 2 און 3>. דאם זענען פארשונגיען װעגן דרײ ײדישע בי• כער פון באקאנטן ציריכער איבערזעצער סיכאעל אדאם, ספע• ציעל װענן דער ײדישער איבערזעצונג םון מוסר־ביכל ״ספי היראה׳ (ציריך, 1546) און װעגן פויל װעליטשעס ״עלעמענטאי אדער לעזעביכלען׳ (הונדםפעלד, שלעזיע, 1543). ם׳איז אן ארבעט װעגן דעם אנהויב פון דער ײדישער לי־ טעראטור (ביבל־גלאםארן, ביבל־איבערזעצונגען א. א.), ספעציעל װעגן ײדישן עטישן בוך ,ספר מדות׳ (1542). 5> נ. שטיף. דיטריך םון בערן. ײדישקײט און װעלטלעכ• קײט אין דער אלטער יידישער ליטעראטור׳. זשורנאל ״ײדישע םילאלאגיע׳ נומ. 1, יאנואר-פעברואר 1924, װארשע, ז. 11-1; נוס. 3-2, מערץ-ױני 1924, ז. 122-112. דא האט שטיף אויפן גרונט םון דערפארשן אלטע יידישע מאנוסקריפטן און דרוק־זאכן צעשטערט דעם אנגענוםענעם טעזיס, אז די אלטע ײדישע ליטעראטור איז אויסשיליםלעך אדער דער הויפט םון א רעליגיעז-עטישע ליטעראטור און האט געװיזן דעם פאראלעלן שטארקן װעלטלעכן שטראם. 6) בעל־דמיון. ״דער טייטש,חומש' י״צו דער געשיכטע פון דער ײדישער לימעראטור׳). זשורנאל ״צוקונפט׳, ניו-יארק, סעפ־ טעמבער 1924, ז• 568 -573. די ארבעט איז געשריבן אין א פארם, װאם איז ציטריט■ לעך אפילו נישט פאר קײן פאכלײט. אין איריאיז גע-ויזן דער נרונט־כאראקטער, דער צװעק. די מעטאדע, די שפראך־אײגנ• טימלעכקײטן פון די אלטע יידישע תנ׳יך־איבערזעצונגען, דער הויפט פון 16-15-טן יארהונדערט. 7) נ. שטיף. ״װען - דען׳ (בינדװערטער אין דער ײדי־ שער שפראך םון 16-15־טן יארהונדערט). דאן האט שטיף געשיקט די קארעקטור־בויגנס פון דער ארבעט, װעלכע אױ דערנאך אפגעדרוקט געװארן אין ערשטן באנד ״שריפטן פון דעם ײדיישן װיסבשאפטלעכן אינסטיטוט׳ (לאנדוי־בוך)• װילנע 1926, ז. 128-95. אין דער ארבעמ איז געװױן דער פאראלעליזם, װי אזוי די אלטע בינדװערטער ״װען׳ - ״דען׳ האט מען גענוצט אין דײטש און אין ײדיש אין 15-טן אץ אץ 16־טן יארהינדעי־ט. װייטער איז געװיזן, פארװאס פון צװײטן פעדטל 16*־טן יארהונדערט בלײבט דער ״װען׳' בלויז אין די ײדישע תנ״ך־איבערזעצונגען. אויך געװױן, אז מיט דעם ״װען׳ און ״דען״ לאזט זיך דערקענען די שרײבער, די רעדאק־ טארן פון געװיסע װערק, די צײט, װען די װערק זענען געשריבן געװארן וכדומה. 8) בעל־דמױן. ״שלום־עליכם און די אלטע ײדישע צענ־ זור׳. זשורנאל ״צוקונפט׳, ניו־יארק, יוני 1925, ז. 368-365. די ארבעט איז געשריבן אויפן סמך פון ארכױו-מאטעריאלן און אין איר איז געװיזן, םארװאס איז םארװערט און נישכז אי־ בערגעדרוקט געװען שלום־עליכמס א קאמעדיע ״יקנה׳ז׳; װײטער װערט באשריבן די צענזור און די ליטערארישע זיטן פון יענע צײטן בכלל. 9> נ. שטיף. ״װאלף קאמראש און דער ערשטער יידישער ספעקטאקל אין רוסלאנד*'. דאן האט שטיף געשיקט די ארבעט אלס מאנוסקריפט, װאס האט געזאלט געדרוקט װערן אין דער ״צײטשריפש׳ פון דעם ײדישן אפטײל פון דעם אינסטיטוט פאר װייסרוסישע קולטור אין מינסק; װענן װאס ם׳איז שוין אויך געװצן אנאנסירט אין נומ. 1 פון ״בױלעטען׳ פון דעם אינםטיטוט, 1926 (ד 4, שפאלט 2>, - איז אבער צוליב געװיסע םיבות עי־שט געדריקט געװארן שפעטער אין ״טעאטער־בוך״, זאמלונג צום פוסציק־יאריקןי יובילײ פון ײדישן טעאטער, קיעװ, קאאפ. פארלאג ״קולטור־ליגע׳, 1927. דער ערשטער קאפיטל אױ גיעדרוקט פריער א־ן ״טעאליט״, ניו־ יארק 1924, נומ. 5. אין דער ארבעט אױ אויפן סםך סון ארכיװ־מאטעריאלן, געװױן אן אומבאקאנטער קאפיטל פון דער ײדישער טעאטער- געשיכטע, די עפנטלעכע יידישע טעאטער־פארשטעלונג פון די שילער פון דער זשיטאמירער ראבינער-שול איין בערדיטשעװ פון 9 אקטאבער 1854, פאיו־ װאס מען האט זײ פארװערט שפילן װיי־ טער אין זשיטאמיר, די ראלע פון צענזאר פיאדאראװ אין דער זאך, מאטעריאלן װעגן דעםיטעאטראלן איניציאטאר *װאלף קאס־ ראש וכדומה. (פארגלײך א. יודיצקיס ארטיקל אין די קיעװער ״שריפטן׳ 1928 און ד׳ר יעקב שאצקיס נאטיץ אין ״ארכױו פאר דער גע־ שיכטע פון ײדישן טעאטער אוןי דראמע׳, ניו־יארק 1930.) 10> נ. שטיף. ״ליטעראטור־היסטארישע יעגענדעס׳.

Text as recognised by OCR (ABBYY FineReader), without corrections. Entity mentions: TagMe (2021); their positions were matched to this text again.